בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רינדעכיגע חלות פאר די הייליגע טעג
מנהגים, ימים נוראים, חלה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; ביי מיר אין שטוב פירט מען זיך, מען מאכט רינדעכיגע חלות פאר די סעודות פון ראש השנה, שבת תשובה, ערב יום כיפור, מוצאי יום כיפור און פאר די סעודות פון הושענא רבה.


עס איז דא אסאך טעמים פארוואס מען עסט רינדעכיגע חלות, איין טעם איז, יעצט איז מען דן די גאנצע יאר פון אנהייב ביזן סוף. אויך איז דא א טעם, יעצט שרייען מיר 'המלך' מאכט מען רינדעכיגע חלות אזוי ווי א קרוין. אויך איז דאס מרמז אויפן צדיק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ח), דער צדיק ווערט אנגערופן 'סוחר ישמעאל' ווייל 'סוחר' איז 'סחור', אויפן פסוק (קהלת א, ו): "סוֹבֵב סֹבֵב הוֹלֵךְ הָרוּחַ" - זאגט דער תרגום 'סחור' [רינדעכיג], דער צדיק בלאזט אריין א לופט, א רוח חיים וכו'. אויך איז רינדעכיג מרמז אויף נסים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כה:), דער מלאך וואס איז כלול מכל הנסים דמיא לעגלא, בחינת עגולים, בחינת אמונה (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז). די בעסטע טעם איז, אז דאס איז דער מנהג ישראל, אזוי האבן די עלטערן געמאכט.


די אנדערע סעודות; די שבת נאך יום הכיפורים, און אזוי אויך די סעודות פון סוכות - מאכן מיר גראדע חלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.