בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - גרייטן צו די הייליגע טעג מיט'ן לערנען גמרא
חסידות ברסלב, מחלוקת, שטעטל, דף גמרא, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם זומער בין איך אין קרית ברסלב, עס איז ממש א מחי' צו זיין דא מיט אנשי שלומינו. אינדערפרי לערנען מיר דעם בלאט גמרא אינאיינעם, צווישן די ביימער און די גראז, הינטן פון שול; עס איז אזוי געשמאק, עס איז נישטא עפעס בעסערס, הלואי וואלסטו אויך געלערנט יעדן טאג די בלאט גמרא, דאס וועט זיין א גוטע הכנה פאר די הייליגע טעג, ווייל די בעסטע הכנה פאר די הייליגע טעג איז לערנען גמרא. אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט באשטימט זיין תלמיד דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו זאל זיין בעל תפילה ראש השנה ביי אים אין שול, און איין יאר האט דער צדיק רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו זיך באהאלטן, ער האט נישט געוואלט זיין דער בעל תפילה, און דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק האט נישט געוואלט מען זאל צושיקן א צווייטן, ער האט געזאגט מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם רבי מענדעלע.


אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן, מען האט אים געזאגט: "דער רבי לאזט נישט קיינעם צוגיין צום עמוד, דער רבי זאגט ער ווארט אויף דיר"; דער רבי ר' מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד, און נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל, ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים מוז לערנען גמרא יעדן טאג פון ט"ו באב, און היות די יאר איז אים געווען זייער שווער די נסיעה פון פריסטיק קיין ליזענסק, און ער האט נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, האט ער נישט געוואלט צוגיין צום עמוד, ביז דער רבי אלימלך האט אים געהייסן האט ער געדארפט פאלגן; זעט מען ווי גרויס און הייליג איז לערנען גמרא.


דאס וואס מען קריגט אויפן רבי'ן הויבט זיך נישט אן יעצט, אזוי גייט עס, אלע יארן האט מען גערעדט אויף ברסלב'ע חסידים, אויך אויפן רבי'ן האט מען געקריגט, ווען באמת קריגט קיינער נישט אויף ברסלב, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, מען קריגט אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב עס געטון, און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן.


מניעות דארף זיין, מען קען נישט קומען צום רבי'ן נאר אז מען ברעכט דורך די מניעות, דער רבי האט דאס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקת. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו, איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקת", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען דערצו נאר דורך בזיונות", דורכדעם וואס מען טשעפעט און מען שפעט - איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג
מאוויס, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, מאגאזינען, שמירת עינים, צייטונגען, תפילה, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו וואס נח האט געטון, ווען די גאנצע וועלט איז געווען אזוי געפאלן, "כי השחית כל בשר את דרכו" וגו', ער האט געמאכט א תיבה; דאס מיינט מען תיבות התפילה, ער האט געניצט די זאך פון התבודדות ותפילה, "את האלקים התהלך נח", נח איז געגאנגען מיטן אייבערשטן, ער האט גערעדט צום אייבערשטן, זיך מתבודד געווען צום אייבערשטן; נאר אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיך זייער, מיר זענען יעצט ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג, קוק נישט קיין מאוויס; וואלסטו געזען וואס איין ראי' אסורה טוט מיט די נפש, רוח ונשמה, ווי עס ווערט שווארץ און פארברענט - וואלסטו זיכער נישט געקוקט. איך בעט דיך, ראטעווע זיך, ראטעווע דיין נשמה, קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן, ווייל אזוי ארבעט דער יצר הרע, ער ארבעט מיט א פלאן; קוק נאר דאס, און טו נאר דאס, "היום אומר לו עשה כך", היינט זאגט ער אים טו דאס "ומחר אומר לו עשה כך", און מארגן זאגט ער אים טו נאר דאס, "עד שאומר לו", ביז ער זאגט אים, "לך עבוד עבודה זרה", גיי דין עבודה זרה, רחמנא לצלן.


נעם נישט אריין אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן, טייל אפ די ארבעט מיט די פרנסה, בוי דיין לעבן געזונט; ארבעט אין די שעות פון ארבעט און נאכן ארבעטן לייג אוועק דיינע כלים אין אפיס, און גיי אהיים און אין שול, זיי א איד, זיי א טאטע, זיי א מאן, זיי א מענטש מיט א קלארן פארשטאנד.


טו וואס נח האט געטון, ער האט געזען ווי דער וועלט ווערט חרוב, "כי השחת כל בשר את דרכו על הארץ", די דור המבול איז געווען איין שטיק ניאוף, אזוי ווי די היינטיגע דור, האט ער זיך געמאכט א תיבה, ער האט האט גערעדט ווערטער צום אייבערשטן, טו דו אויך אזוי, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין א איד, טאטע איך וויל נישט טון קיין עבירות, טאטע איך וויל נישט פוגם זיין בברית, איך וויל ריינע אויגן, ריינע מחשבות".


מארגן וועט זיין א שיעור, הלואי וועסטו קומען זיך אויפפרישן מיט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


ווען דו גייסט איינקויפן פאר שבת, זאלסטו מער נישט קויפן קיין שום 'ליין מאטריאל', נעם נישט אריין אין שטוב 'ליין מאטריאל', האלט דיין שטוב ריין פון פרעמדע השקפות, זע דיין שטוב זאל זיין געבויט אויפן רבינ'ס ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע טעג
פרויען צאמקום, דרך הלימוד, ימים נוראים, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט זוכה געווען צו אזעלכע שיינע הייליגע טעג, דארף מען עפעס טון צו בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע טעג, מען דארף זיך מאכן שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים. דער צדיק איז קדושת יום טוב, אזוי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלה): "כִּי עִקַּר יוֹם טוֹב תָּלוּי בַּצַּדִּיקִים", ווייל דער עיקר פון די ימים טובים איז ארויסנעמען די מלכות דקדושה פון די קליפות, און דאס טוען די הייליגע צדיקים, און אז מען לערנט זייערע ספרים, מען טוט זייערע עצות - איז מען זוכה צו האבן א גאנץ יאר אלע ימים טובים.


מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, און נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן", ווער עס וועט זיך אוועק זעצן לערנען זיין ספר נישט פאר קיין נצחון און נישט יענעם צו טשעפען, "וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", און ער וועט אריין קוקן אין זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים זיכער עפענען אלע פארשטאפטע אדערן, דער רבי האט געזאגט דעם לשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען".


אפילו דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער, און אזוי זאלסטו אויך טון מיט ספר חיי מוהר"ן און ספר שיחות הר"ן, דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן", ביז דו וועסט ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


מארגן וועט זיין א פרויען צאמקום, עס וועט זיין פיינע דיבורים; טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען. גלייב מיר, עס איז נאך וויכטיגער ווי אז דו זאלסט גיין דא און דארט, לייג אלעס אין דער זייט, גיי אהיים, זיי מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צייטליך זיך אביסל דערקוויקן מיט די נחל נובע מקור חכמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - געב אכטונג פון די נערווען וואס קומט ביי די הייליגע טעג
תפילה והתבודדות, שמחה, ספיקות, יום טוב, בלבולים, נערווען, ל"ג בעומר, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג פון די נערווען וואס קומט ביי די הייליגע טעג, ווי למשל ל"ג בעומר, פורים וכדומה, פון "אויסנוצן די טאג". פון איין זייט דארף מען זיך אויפפרישן אין די הייליגע טעג און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין זיך צו קענען דערנענטערן צו אים, אבער פון די אנדערע זייט טאר דאס נישט ווערן נערווענדיג און עצבות'דיג פון בלבולים, פון זיך שלאגן אין קאפ מיט מחשבות 'איך האב שוין אויסגענוצט דעם טאג?' 'איך האב שוין אריינגעכאפט?' 'איך האב שוין גענוג געדאווענט?' וכדומה לזה.


איך שרייב דיר דאס אין מירון ווייל איך זע ווי מענטשן ווערן נערוועז אויב זיי האבן שוין געטון גענוג. מענטשן הערן א ווארט, ווי למשל 'וויינען אין די מערה, טאנצן אין חצר', 'אינעווייניג איז יום כיפור, אינדרויסן שמחת תורה'; אנשטאט זיך פרייען און זיך אויסבעטן - ווערט מען נערוועז אויב מען האט שוין גענוג געוויינט און גענוג גע'שמחת תורה'עט.


די שמחה דא איז נישט צו באגרייפן, און אז מען האט די לימודים פון רבי'ן - איז גאר גוט, מען קען זיך צוקלעבן צום אייבערשטן מיט שעפשען תפילות מיט די ליפן ווי מען איז, וואו מען געפונט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - פארוואס איז זאת חנוכה די גמר פון אלע תיקונים?
תודה והודאה, חנוכה, פירושים, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז זייער א הייליגע צייט, היינט נאכט איז זאת חנוכה; עס שטייט פון הייליגע צדיקים אז זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים. אלע תפילות און אלע מצוות פון חודש אלול, סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, סוכות, הושענא רבא, שמיני עצרת און שמחת תורה; ווען עס קומט זאת חנוכה - דעמאלט ווערט די גמר פון אלע תיקונים.


וואס איז טאקע די זאך אז זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים? אולי אפשר לומר, גאנץ אלול און תשרי איז מען עוסק בעיקר אין תפילה ובקשה, מען בעט און מען בעט דעם אייבערשטן, תפילה אן הודאה איז נישט קיין שלימות, יעצט סוף חנוכה נאך א גאנצע וואך חנוכה, א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - ווערט די גמר פון אלע תיקונים; ווייל ווען מען האט ביידע זאכן, סיי תפילות און סיי תודה והודאה - דאס איז די העכסטע זאך, ווען מען בעט און מען לויבט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אז מען זאגט שיינערהייט, גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל
דרך ארץ, שטעטל, בית המדרש, מוסר, בעל תפלה, גבאי, יום כיפור קטן, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז דאנערשטאג וועלן מיר זאגן יום כיפור קטן אינאיינעם אום 8:15 אונטן אין ישיבה, אינאיינעם מיט די בחורים; זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן מיר זאלן קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה.


איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער איבערגענומען פונעם שטעטל; עס איז מיר געווען אזא פארגענוגן דא צו זיין במשך דעם זומער, איך און מיין משפחה האבן זייער הנאה געהאט.


זיי נישט דערשראקן ווען איך זאג מוסר, אדער ווען דו זעסט אין די בריוון מוסר; דאס איז נאר בעסער צו מאכן. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט פונעם צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער זכותו יגן עלינו, איידער ער פלעגט זאגן א דרשה מיט מוסר, איז ער צוגעגאנגען צום ארון הקודש און געזאגט: "רבונו של עולם, דו האסט א טייער פאלק; אידישע קינדער זענען זייער וואויל, איך וויל זיי מאכן נאך בעסער, נאך וואוילער".


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן אויפ'ן בית המדרש עס זאל זיך פירן מיט כבוד, מיט דרך ארץ. מען זאל דאווענען צייטליך, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. א גבאי טראגט די אחריות אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן, האב נישט מורא צו זאגן ווען מען דארף איינעם זאגן; אז מען זאגט שיינערהייט - גייען אריין די ווערטער און מען איז מקבל.


ביי רבי נתן האט איינעם אנגעכאפט א שווייגעניש, ער האט געוואלט ווערן ערליך; האט רבי נתן געזאגט: "שווייגן איז נישט קיין עסק, מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; אז מען רעדט מיט דעת - איז דאס בעסער פון שווייגן.


בנוגע די ימים טובים; ביז דערווייל זעט אויס אז תשרי וועל איך זיין אין שטאט, זאלסטו זען אנצוגרייטן בעלי תפילות פאר יום כיפור.


זיץ מיט די גבאים פון די אנדערע שולן, האברך ... גבאי אשר בנחל, האברך ... גבאי מקור השמחה, האברך ... גבאי עצתו אמונה - אויב מען זאל דאווענען יום כיפור אין אלע שולן באזונדער וכו', און בנוגע די בעלי תפילות.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין מיט ענק נאך צוויי שבתים, ראה און שופטים, און נאך צוויי שבתים - כי תצא און כי תבא - אין וויליאמסבורג, און נצבים וועלן מיר זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן.


קוק זיך פאר מערבית פאר ראש השנה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#1 - זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג
חנוכה, יבנאל, מוהרא"ש, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו נעמסט צאם אלע תלמידים אין ארץ ישראל צו פארן קיין יבנאל זאת חנוכה, מתפלל זיין ביים ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


זאת חנוכה איז זייער א גרויסער טאג; עס ווערט געברענגט פון צדיקים (בת עין פרשת וישב, על הפסוק ויהי כמשלוש חדשים וגו'; זרע קודש ליל ג' דחנוכה, דבור המתחיל "בפסוק") אז דער גמר פון ראש השנה איז אינעם טאג 'זאת חנוכה'. אלע תיקונים וואס הייבן זיך אן פון ראש חודש אלול, ראש השנה, יום כיפור, סוכות, הושענא רבה, שמיני עצרת, שמחת תורה, איז דער גמר דערפון זאת חנוכה; עס איז זייער א גרויסער טאג און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות.


זאת חנוכה איז זייער א פאסיגע צייט צו גיין קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש מתפלל זיין פאר זיך און פאר אלע אידן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


זייט אויך מתפל פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט'ן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.