בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. מוהרא"ש זאגט, משניות נעמט אראפ אלע פלעקן פון די נשמה, אפילו די גאר שטארקע איינגעגעסענע פלעקן וואס זעט אויס עס וועט שוין בלייבן, דורך משניות קומען זיי ארויס, און אפילו דו פארשטייסט נישט – זאלסטו זאגן די ווערטער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, און ביים סוף וועט מען פארשטיין.
טענה נישט מיט קיינעם, רעד נישט מיט די לצים וואס דרייען זיך צווישן אונז און פאררופן זיך ברסלב'ע..., זיי זענען טאקע ברסלב'ע, זיי זענען ברסלב'ע לצים... ברסלב'ע געפאלענע.
עס דערמאנט מיר א מעשה, מוהרא"ש איז געווען אין ברסלב ביים ציון פון מוהרנ"ת, און א הונט האט דארט געבילט, האט מוהרא"ש געזאגט: "קוקט אן עכטע ברסלב'ע הונט בילט", אויך האבן זיי דארט געזען אן עכטע ברסלב'ע גוי, אז ער וואוינט אין ברסלב איז ער א ברסלב'ער, אזוי אויך די לצים וואס דרייען זיך בתוכינו זענען ברסלב'ער, ווייל זיי דרייען זיך דא.
טייערער ברודער, זיי שטארק מיט לערנען ח"י פרקים משניות מיט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד מרבינו – וועסטו אלעס פאררעכטן און אראפנעמען אלע פלעקן און זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.