בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
וואויל איז דיר אז דו לערנסט מיט קינדער, דו ביסט א מלמד; עס איז נישטא קיין חשוב'ערע זאך ווי א מלמד וואס לערנט בנאמנות מיט אידישע קינדער.
איך וויל דיר דערמאנען דו זאלסט רעדן צו די קינדער פון "קדושת הברית"; האב רחמנות אויף אידישע נשמות, ראטעווע אידישע דורות. אז מען רעדט נישט צו די קינדער פון קדושת הברית איז א גרויסע רחמנות אויף זייער עתיד; א שאד צו בויען א בנין אויב מען גיסט נישט א יסוד, אזוי איז א שאד פאר אלע דיבורים און ארבעט וואס מען לייגט אריין אין זיי, אויב מען גרייט זיי נישט אן זייער יסוד.
ווען דו רעדסט פון קדושת הברית זאלסטו רעדן מיט א ברען, מיט א פייער; עס זאל אריינגיין אין די קינדער'ס הערצער. רעד נישט מיט רמזים, רעד קלאר אין דייטליך, זאג זיי מיט פייער: "מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש", "מען טאר נישט קוקן אויפ'ן אות ברית קודש"; נאכדעם זאלסטו זיין אנזאגן: "אויב איינער ציט אראפ דיין הויזן און כאפט דיר אן דעם אות ברית קודש זאלסטו אויסזאגן פאר דיין טאטע מאמע", זאג זיי: "אויב א אינגל רופט דיר אין בית הכסא אדער אין א זייט און עפנט דיר אויף די הויזן און אונטער-הויזן זאלסטו שרייען 'חזיר!'".
איך בעט דיר זייער, טו וואס איך זאג דיר; האב פון קיינעם נישט מורא, אפילו אנדערע זאגן אנדערש. מיר פאלגן די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, מיר גייען אין זייערע וועגן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ז): "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן"; אזוי האט מוהרא"ש אונז געלערנט, אזוי האט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו געזאגט פאר די מלמדים, מען דארף אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיין הייליג, זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון מנוולים.
פאריגע וואך דערציילט מיר א אינגערמאן, ער איז געווען אין א מקוה אין וויליאמסבורג און ער זעט אין א ווינקל ווי אן עלטערער משוגע'נער בחור נעמט א יונגער בחור און טוט מיט אים מעשה תועבה. ער איז געגאנגען צום משמש, א חסידישער אינגערמאן - דער מקוה איד, און אים דערציילט וואס ער האט געזען, ער זאל פארטרייבן דעם מנוול; אנשטאט דער מקוה איד זאל טון צו דער זאך, הייבט ער אן מיט זיינע תורות, אהער מיט אהין, דער אינגערמאן האט געשפירט ווי עס ווערט אים שלעכט, האט ער אליינס מקיים געווען (דברים כא, כא): "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ", ער האט געמאכט א ויצעקו אויף דעם מנוול; אלע זענען זיך צאמגעלאפן קוקן וואס עס גייט פאר, און וואונדער איבער וואונדער, פלאי פלאים, אלע האבן געפרעגט: "וואס דארפסטו שרייען? זאג אים שטילערהייט!"
דער אינגערמאן קומט מיר פרעגן וואס איך זאג, האב איך אים געזאגט, א שאד די צייט זיך אויפצועסן, נישטא צו וועם צו רעדן, איין זאך קענען מיר טון, רעדן צו די קינדער; אנגרייטן די קינדער זיי זאלן נישט אנקומען צו די מנוולים.
אז דו וועסט רעדן אונטער די נאז וועסטו ערגער מאכן, מען קען נישט זאגן פאר קינדער: "אויב איינער רירט דיר אן, זאלסטו שרייען", ווייל די קינדער ווייסן נישט פשט אין דעם, זיי וועלן שרייען יעדעס מאל איינער וועט זיי געבן שלום עליכם וכו'; אז מען רעדט אונטער די נאז איז דאס גארנישט ווערד, עס מאכט ערגער, די קינדער ווערן דערשראקן פון זאכן וואס דארף נישט דערשרעקן. רעד צו זיי מיט גדלות, רעד צו זיי קלאר, שטאמל נישט, זאג זיי: "מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און קיינער אין די וועלט קען נישט אנרירן קיין שום פלאץ אונטער דיינע אונטער-וועש".
דער בריוו איז וויכטיג א גאנץ יאר, בפרט יעצט פאר יום טוב ווען די קינדער האבן אזויפיל פרייע צייט; זיי זאלן נישט אנקומען אונטער די הענט פון מנוולים - ה' ישמרינו.
ווייז דעם בריוו פאר אלע מלמדים פון אנשי שלומינו און פאר אלע מלמדים וואס ווילן ראטעווען אידישע דורות פון שלעכטס.
שרייב מיר כסדר וואס טוט זיך ביי דיר אין קלאס.