בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך האב יעצט א שליח וואס פארט קיין ארץ ישראל, שרייב איך דיר א בריוועלע.
אז עס איז דיר אנגעקומען די זכות צו רעדן פאר די אינגעלייט אין בית המדרש היכל הקודש – בית שמש, זאלסטו נישט צווייפלען נאר רעדן מיט א שטארקייט מחזק זיין די אינגעלייט מיט די חיזוק און עידוד פון הייליגן רבי'ן.
געדענק, ווען עס קומט צו מחזק זיין א איד, אפילו מען שפירט ביי זיך (שמואל-א טו, יז): "אִם קָטֹן אַתָּה בְּעֵינֶיךָ", איך בין גארנישט, "רֹאשׁ שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל אָתָּה", ביסטו יעצט א פירער פאר אידישע קינדער; מען קען נישט פראווען קיין עניוות. דוד המלך זאגט (תהלים קיט, מו): "וַאֲדַבְּרָה בְעֵדוֹתֶיךָ נֶגֶד מְלָכִים וְלֹא אֵבוֹשׁ", איך רעד פון דיר – אייבערשטער – פאר אלעמען אן קיין בושה.
ווען עס קומט צו דברים של מה בכך, דעמאלט זאלסטו טראכטן צי דו ביסט ראוי אדער נישט; דעמאלט טראכט מען נישט די אלע בלבולים, ווייל דער יצר הרע האט זייער מורא אויב וועט נאך א איד מחוזק ווערן, דערפאר מאכט ער קאפ וויי, אז מען טראכט: 'ווער בין איך?' 'מעג איך רעדן?' 'רעד איך גוט?'
שטארק זיך, דיינע עיקר דיבורים זאלן זיין מיט די תוכחה פון משה רבינו, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז ער האט גערעדט צו די אידן מיט רחמנות: "עֲדַיִן חֲבִיבוּתָא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב; דאס דארף זיין די עיקר דיבורים אין היכל הקודש.
איך האף צו קומען צו אייך בקרוב.