בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר
איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט אן וואס איך זאג דיר, איך האב דיך ליב, איך וויל נאר דיין טובה; ביז אהער האב איך דיר ברוך ה' נישט אפגענארט, און יעצט וויל איך דיר ווייטער נישט אפנארן. מאך זיך א חשבון וויפיל טובות דו האסט באקומען די פאר יאר דא אין היכל הקודש, פון די טיפע פלאנטערס וואס דער רבי האט דיך ארויסגעצויגן, ממש 'מאשפות ירים אביון' פון די מיסט האט דער אייבערשטער רחמנות געהאט אויף מיר ארעמאן, און ווי האט מיך דער אייבערשטער געברענגט? 'להושיבי עם נדבים' צו די גרויסע צדיקים.
איך וויל דיך זייער בעטן, רעד שיין צו דיין ווייב, האלט איר טייער, און אז זי שרייט און זי דמיונ'ט וכו' - זאלסטו נאך מער רחמנות האבן אויף איר, און אז זי זידלט דיך אפ, זי שרייט אויף דיר אז דו רודפ'סט איר, זי זאגט אלעמען אז דו ביסט נישט גוט - זאלסטו דאס נעמען פאר כפרת עוונות, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ווערן געראטעוועט פון גיהנום.
עס איז געווען א איד וואס זיין ווייב האט אים זייער דערביטערט די יארן, ביז איינמאל האט ער איר געזאגט: "כאטשיג וועל איך נישט אנקומען אין גיהנום צוליב דיר, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) 'מי שיש לו אשה רעה' ווער עס האט א שלעכטע פרוי, 'אינו רואה פני גיהנום' וועט נישט גיין אין גיהנום", האט זי געזאגט: "ניין, ניין, ניין, דאס נישט, איך וועל דאס נישט דערלאזן אז דו זאלסט נישט האבן קיין גיהנום, פון היינט, וועל איך דיר מער נישט טשעפען, איך וועל זיין צו דיר זייער שיין", איז דער איד געלאפן צום רב וויינען: "מיין ווייב איז א שלעכטע, זי איז צו מיר נאר גוט ווייל זי וויל נישט איך זאל אפקומען מיינע עבירות..."
נעם ארויס פון דעם אז מען דארף זוכן דאס גוטס; אויב די ווייב שרייט און זידלט דארף מען טראכטן 'זי איז אן אשה טובה, זי ברענגט מיר איך זאל נישט דארפן אריבערגיין די ברענעדיגע גיהנום'.
טראג איר און ברענג איר, שפּאַר איר נישט איין אין שטוב, און אז זי בעט דיר זאלסט איר נעמען צום דאקטער - זאלסטו איר נעמען, שלמה המלך זאגט (משלי יב, י): "יוֹדֵעַ צַדִּיק נֶפֶשׁ בְּהֶמְתּוֹ", דער ערליכער איד ווייסט וואס זיין משפחה דארף, ער העלפט זיי אלע; זיין ווייב, זיינע קינדער, און אפילו אויף די בהמות האט ער רחמנות.
איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, ווייל איך זע ווי דו פאלגסט דעם רבי'ן מיט מסירות נפש, דו האסט אוועקגעווארפן די משקה המשכר; וואס עס נעמט פאר אנדערע יארן לאנג, מען גייט פון איין ריהעב צום צווייטן, און מען קען נישט אפלאזן דעם ביטערן טראפ, און ביי דיר איז דאס פשוט; א ווארט פון רבי'ן איז א ווארט, און אזוי מיט דיינע אנדערע זאכן וואס דער רבי האט דיך אויסגעהיילט, זאלסטו נאך די איין זאך פאלגן דעם רבי'ן, רעדן שיין צו דיין ווייב - וועסטו אלעס פאררעכטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.