בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אלע משפחות פון "מחנה היכל הקודש ברסלב מאנטיסעלאו" שיחיו
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר געפונען זיך אין אזא הייליגע פלאץ "מחנה היכל הקודש ברסלב" מאנטיסעלאו ניו יארק; א פלאץ וואס איז געבויט אויף אמונה. מיר זענען געקומען אין קעמפ פאר איין ציל - זיך מחזק זיין מיט אמונה און זיך שטארקן מיטן הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט.
דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; מיר זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ - אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א חבר. ווען מען געוואוינט זיך צו צו שמועסן מיטן אייבערשטן איז דער גאנצער לעבן אן אנדערע סארט לעבן; מען לעבט אן קיין פחד און אן קיין מורא, מען ווערט נישט גערעגט ווען עס גייט נישט אזוי ווי מען וויל און מען איז רואיג און צופרידן.
איך דאנק אייך אלע טייערע משפחות פארן זיך אויפפירן אזוי שיין און איידל, פארן אנטון די קינדער איידל און צניעות'דיג און בעיקר פארן לעבן פאר זיך. יעדער איינער לעבט פאר זיך, מען טוט זיך נישט אן טייער און מעכטיג; מען לעבט נישט פאר א צווייטן, יעדער לעבט פאר זיך אליינס. עס איז נישט דא קיין קאמפעטישן ווער עס קען אנטון די קינדער מער אויפרייסעריש, נאר מען לעבט פארן אייבערשטן און מען איז פרייליך און צופרידן.
עס איז נישט דא קיין ארויפקוקן אדער אראפקוקן א צווייטן, אלע שמועסן צוזאמען, אלע זיצן אינאיינעם, מען איז זיך מחזק אינאיינעם, מען געבט זיך גוטע ווערטער איינער דעם אנדערן און מען העלפט איינער דעם אנדערן; דאס איז מיין גאנצע נחת און דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט די קהילה.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע האבן א געזונטן זוממער און מיר זאלן זיין שטענדיג פרייליך.