בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעדן צו די תלמידות פון איידלקייט
קדושה, נייען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז מען האט אנגעהויבן לערנען מיט די תלמידות פאררעכטן קליידער, זיי זאלן קענען פאררעכטן די קליידער פון זייער משפחה סיי יעצט און סיי נאך זייער חתונה, דאס וועט זיי שפארן געלט.


אויך פריי איך זיך צו הערן אז איר נעמט צאם די סעקרעטעריס און בעבי סיטערס שמועסן מיט זיי, זען וואס מען קען מאכן בעסער און בעסער פאר בית פיגא.


איך וויל דערמאנען איר זאלט פערזענליך רעדן צו אלע תלמידות פון רעדן איידל, נישט רעדן פריוואטע זאכן. מען קען נישט יוצא זיין מיט איין מאל האבן גערעדט, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סא.) אויפן פסוק (בראשית ד, ז): "לַפֶּתַח חַטָּאת רֹבֵץ", אז דער יצר הרע זיצט ביים הארץ פונעם מענטש און מוטשעט און מוטשעט צו זינדיגן, און אז מען רעדט איין מאל פון זיך שפילן איידל און פון זיך פירן איידל - איז נישט גענוג, מען דארף רעדן נאכאמאל און נאכאמאל.


עס איז נישט גענוג אז די טיטשערס רעדן פון זיין אפגעהיטן, פון זיך שפילן איידל וכו', די מנהלת דארף אויך ארומגיין אין די קלאסן פון צייט צו צייט רעדן קלאר און דייטליך פון זיך פירן איידל און פון די שעדליכקייט פון נישט געזונטע נאנטקייט פון חבר'טעס און אויך משפחה.


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר אייער מסירות נפש פאר בית פיגא, בזכות וואס איר געבט זיך אזוי אוועק פאר אונזערע טעכטער וועט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.