בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - רעדן צו די תלמידות פון איידלקייט
קדושה, נייען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז מען האט אנגעהויבן לערנען מיט די תלמידות פאררעכטן קליידער, זיי זאלן קענען פאררעכטן די קליידער פון זייער משפחה סיי יעצט און סיי נאך זייער חתונה, דאס וועט זיי שפארן געלט.


אויך פריי איך זיך צו הערן אז איר נעמט צאם די סעקרעטעריס און בעבי סיטערס שמועסן מיט זיי, זען וואס מען קען מאכן בעסער און בעסער פאר בית פיגא.


איך וויל דערמאנען איר זאלט פערזענליך רעדן צו אלע תלמידות פון רעדן איידל, נישט רעדן פריוואטע זאכן. מען קען נישט יוצא זיין מיט איין מאל האבן גערעדט, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סא.) אויפן פסוק (בראשית ד, ז): "לַפֶּתַח חַטָּאת רֹבֵץ", אז דער יצר הרע זיצט ביים הארץ פונעם מענטש און מוטשעט און מוטשעט צו זינדיגן, און אז מען רעדט איין מאל פון זיך שפילן איידל און פון זיך פירן איידל - איז נישט גענוג, מען דארף רעדן נאכאמאל און נאכאמאל.


עס איז נישט גענוג אז די טיטשערס רעדן פון זיין אפגעהיטן, פון זיך שפילן איידל וכו', די מנהלת דארף אויך ארומגיין אין די קלאסן פון צייט צו צייט רעדן קלאר און דייטליך פון זיך פירן איידל און פון די שעדליכקייט פון נישט געזונטע נאנטקייט פון חבר'טעס און אויך משפחה.


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר אייער מסירות נפש פאר בית פיגא, בזכות וואס איר געבט זיך אזוי אוועק פאר אונזערע טעכטער וועט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - יעדע ריר פון בית פיגא, שטיי איך אונטער דעם
חיזוק פאר מיידלעך, נייען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


תלמידות בית פיגא אכטע קלאס, שתחיו


יישר כח פארן מאכן קוגל פאר די חתונות פון אנשי שלומינו וואס קומט פאר אין ישיבה, ענק האבן א גרויסע מצוה, עס איז די מצוה פון הכנסת כלה.


מען האט שוין געמאכט אין די לעצטע פאר יאר אין ישיבה א חשבון פון קרוב צו הונדערט חתונות וואס איז בחינם פאר ביידע מחותנים, און נאר דורך די הילף פון די פרויען פון די לעידיס עקזילערי און פון די הילף פון די בית פיגא תלמידות - וואס העלפן אנגרייטן די קוגל און אלעס צושטעלן - קענען מיר דאס באווייזן.


איך וויל ענק אויך מחזק זיין ענק זאלן מיט האלטן די נייען, ענק מיינען אז עס איז איבריג, ענק מיינען אז עס איז א נישט וויכטיגע זאך; וואס זאל איך ענק זאגן, ענק וועלן זען נאך ענקער חתונה ווי וויכטיג דאס איז; ווייל די וואס האבן נישט געלערנט נייען - דארפן ארום לויפן פאר יעדע קלייניקייט צו א שניידער, יעדע ריר קאסט אזויפיל צייט און געלט, און די וואס לערנען זיך אין סקול נייען  - די קענען פאררעכטן די קליידער פון זיך, פון די מאן און קינדער.


טייערע תלמידות טראסטס מיך, איך וויל נישט לייגן אויף ענק נישט וויכטיגע זאכן, יעדע ריר פון בית פיגא; וואס מען זאל לערנען און וואס מען זאל מאכן - שטיי איך אונטער דעם, און אז ענק - די גרויסע תלמידות - וועלן זיך צושטעלן, ענק וועלן מיטהאלטן אלעס פון סקול - וועלן ענק מיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - די קליידער געשעפט איז פון די שענסטע זאכן אין די קהילה
שטעטל, טעלעפאן, אידישע שטוב, פרויען צאמקום, קליידער, בלעטל, נייען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די וועכנטליכע פרויען צאמקום, איר שעפט זיך אן מיט פרישע כוחות פון די שיעור און פון זיך טרעפן מיט נאך פרויען, און פון די מעשיות פון תפילה וכו' וכו'.


עס קומט אייך א גרויסן דאנק פון מיר און בשם כל הקהילה אז איר לייגט אריין אזויפיל כוחות אין די קליידער געשעפט, וואו אנשי שלומינו קענען קויפן קליידער פאר נישטיגע פאר דאלער, און זיך שפארן פון אויסגעבן אזויפיל געלט, און פון בארגן, גנב'ענען, צעקוועטשען דעם מאן וכו' וכו'. די קליידער געשעפט אין שטעטל איז פון די שענסטע זאכן ביי אונזער קהילה, און וואויל איז אייך און פאר אלע העלפערס וואס לייגן צו א האנט בהתנדבות, אז די געשעפט זאל קענען אנגיין ווייטער מיטן פארקויפן פאר אנשי שלומינו קליידער פאר צוויי דריי דאלער.


בנוגע זאכן וואס מען דארף בעסער מאכן זאלט איר רעדן צו מרת ... תחי' און זי וועט איבערגעבן פאר איר מאן נרו יאיר, און זיי וועלן מאכן דאס בעסטע און דאס שענסטע. די פלאץ איז גאר קליין, איך האף צום אייבערשטן צו מאכן א גרויסע געשעפט, עס זאל זיין באקוועם פאר די פרויען איינצוקויפן, איך דארף די תפילות פון די איינוואוינער פון שטעטל צו קענען אויספירן מיינע פלענער.


בנוגע שרייבן אין די בלעטל; עס איז זייער א וויכטיגע זאך עס זאל זיין פאר אנשי שלומינו וועכנטליכע אויסגאבעס צו ליינען, איז דאס איז זיכער א גרויסע זכות פאר אלע פרויען וואס געבן אוועק צייט צו שרייבן שיינע זאכן צו ליינען.


אויף די פראגע וואס זאל זיין דער עיקר פון די שרייבווערק; ערשטנס דארף עס זיין געשריבן ציענדיג, עס זאל ציען די ליינער דאס צו וועלן ליינען, און די אינהאלט זאל זיין צו געבן כח פאר אידישע מאמעס וואס גייען אריבער יעדן טאג שווערע ארבעט; זיי מוטיגן און ווייזן די הייליגקייט פון ברענגען קינדער, האדעווען קינדער און אלעס וואס מען רעדט ביי די שיעורים.


בנוגע די נייען וכו'; אודאי און אודאי זאלט איר אנהאלטן דאס נייען, אויך זאלט איר אויסלערנען אייערע עלטערע טעכטער די פאך, עס איז א שיינע פאך פאר פרויען.


בנוגע וכו'; האלטס די שטוב ריין, ברענגט נישט אריין אין שטוב א כלי וואס זעט אפילו אויס ווי א סמארטפאון. מיר האט מען אויך געקויפט אזא כלי וואס האט אלע מוזיק, איך האב עס אבער נישט אנגענומען, איך וויל נישט האבן אין שטוב קיין שום שלעכטע זאך, און אפילו וואס זעט אויס שלעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.