בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א שאד אפצולאזן אזא הייליגע פלאץ
התחדשות, היכל הקודש, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, צי דו האסט געפונען א בעסערע חבורה וואס ברענגט דיך צום אייבערשטן און דערפאר זע איך דיך מער נישט, אדער האסטו זיך בכלל אפגעקילט פון עבודת השם יתברך, אדער איז דאס צוליב בלבולים, חלישות הדעת וכו'.


טייערער ברודער, איך געדענק ווען דו ביסט געווען א בחור, דו האסט נישט געהאט קיין פלאץ אין די וועלט, עס איז אריבער אויף דיר וואס איז אריבער וכו' וכו', און דו האסט געפונען דעם רבינ'ס עצות, ביסט געקומען אין ישיבה, מען האט דיר געהאלפן טרעפן א שידוך און אזוי ווייטער, און דו האסט געלערנט בהתמדה רבה שיעורים כסדרן אין משניות, גמרא וכו'; א שאד דו זאלסט דאס אלעס אפלאזן, א שאד אפלאזן אזא הייליגע פלאץ וואס דערמאנט פונעם אייבערשטן און שטארקט צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן מיט שמחה.


הויב אן פונדאסניי, באניי זיך מיט מעביר סדרה זיין, נעם א חומש, א משניות, א גמרא, זאג די ווערטער, די הייליגע ווערטער מיט א חיות און שמחה, אויך גיי דאווענען די דריי תפילות אין שול מיט מנין, און קום זיך דרייען צווישן אמת'ע תלמידי היכל הקודש וואס לעבן מיטן רבי'ן און לעבן מיט דביקות צום אייבערשטן, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.