בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שבת ביי די סעודות זאלסטו זיך קאנצענטרירן אויף נאר איין זאך, אויף זיין פרייליך און אויף געבן יעדן איינעם גוטע ווערטער; האסט א גאנצע וואך צייט צו מחנך זיין די קינדער, יעצט שבת קענסטו נישט מאכן די גאנצע סעודה אנגעצויגן וכו', ביי די סעודות שבת דארף זיין פרייליך, לופטיג און געשמאק.
ווען דו זאגסט פרייטאג צו נאכטס ביי די סעודה דעם שטיקל זוהר (פרשת יתרו, פח.): "זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ" - זאלסטו אויפכאפן ווי אזוי די הייליגע תנאים, די הייליגע חבריא פון רבי שמעון בר יוחאי - האבן געמאכט די שבת סעודות, שטייט ביי אלעמען נאר איין זאך: "וַהֲוָה חַדֵּי בְּכָל חַד וְחַד", זיי האבן זיך געפרייט ביי יעדע סעודה, עיין שם.
מאך די סעודות מיט בגדי שבת, טו נישט אויס דיין בעקיטשע מיט די שטריימל ביי די סעודות. אויך זאלסטו קומען אין שול מיט די בגדי שבת, (עס באדערט מיך אז אינגעלייט קומען אין שול אן די בגדי שבת, ענדערש זאלן זיי נישט אראפקומען די לאנגע וועג נאר בלייבן דאווענען אין שול נעבן זייער שטוב מיט בגדי שבת ווי איידער אראפקומען צו מיר אנעם שטריימל).
געדענק צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב, שבת דארף מען געבן דאפלטע גוטע ווערטער, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כא, דף נז.) אז שבת דארף מען מפייס זיין דאפלט ווי א גאנצע וואך.
ווען מען דאווענט און דער בעל תפלה ציט אויס די שטיקלעך, ער חזן'ט און גארגלט זיך - זאלסטו אויסניצן די סעקונדעס און מינוטן זיך צו מתבודד זיין; ערשט זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די פאריגע וואך, אויף יעדן טאג, און אז עס בלייבט נאך איבער אפאר סעקונדעס - זאלסטו בעטן אויף די קומענדיגע וואך, אז אלעס זאל זיין ווי עס דארף צו זיין.
אויך ביי פתיחת הארון, ווען מען עפנט דעם ארון הקודש ארויסצונעמען די ספר תורה - זאלסטו זיך באהאלטן אינעם טלית און בעט אלע פריוואטע זאכן, אלעס וואס דריקט פריוואט; ווייל ווען מען מאכט פתיחת הארון עפענען זיך די טויערן אין הימל, עס איז אן עת רצון צו פועל'ן ישועות.
א פרייליכן שבת.