בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
יצחק אהרן וויינבערג נרו יאיר, קרית ברסלב
דיין פיש יום טוב פסח איז געווען זייער גוטע פיש, די גאנצע משפחה האבן מיר געזאגט אז דיין פיש איז בעסער ווי די פיש וואס מען קויפט אין שטאט; קען זיין אז דו ביסט זיך מתבודד אין די צימער וואו דו שניידסט די פיש, דאס איז די סיבה; אזוי גייען אריין די דיבורים פון התבודדות אין די פיש און עס געבט א ריינע גוטע טעם.
איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט יעדן טאג גיין שפאצירן אין פעלד און שרייען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א צדיק, למה נגרע? וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין פרייליך". אז מען איז זיך מתבונן אין די פרשה פון פסח שני זעט מען אז נאר ווייל די אידן - וואס האבן נישט זוכה געווען צו מאכן דעם קרבן פסח - האבן געשריגן (במדבר ט, ז): 'למה נגרע' פארוואס זענען מיר אנדערש? 'לבלתי הקריב קרבן ה'' אז מיר קענען נישט מקריב זיין דעם קרבן?!' - האט זיי דער אייבערשטער געגעבן דעם פסח שני; נאר ווייל זיי האבן געבעטן, זיי האבן נישט אפגעלאזט זייער ווילן.
אז מען איז שטארק מיט די ווילן, מען לאזט נישט אפ די ווילן, ווער רעדט נאך אז מען זאגט ארויס די ווילן פארן אייבערשטן, מען זאגט: "הייליגער באשעפער למה נגרע, וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זוכה זיין צו וואס אלע צדיקים האבן זוכה געווען"; דורכדעם וואס מען בעט און מען וויל - איז מען זוכה צו באקומען א פסח שני, מען געבט דעם מענטש אלעס וואס ער בעט און אלעס וואס ער וויל. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו זאגט (לקוטי הלכות ברכת הפרות הלכה ה, אות טז), משה רבינו האט געזען די רצון, די ווילן פון די אידן, ווי זיי האבן געטענה'ט 'לָמָּה נִגָּרַע', וואס זענען מיר אנדערש? האט ער פארשטאנען אז דא גייט עפעס זיין, מען גייט זיי זיכער געבן זייער פארלאנג, ווייל (שבת קד.): "הבא לטהר", ווען מען וויל זיין גוט, "מסייעים אותו", העלפט מען פון הימל; און טאקע דער אייבערשטער האט געזאגט מען זאל זיי געבן נאך א געלעגנהייט צו מאכן יעצט דעם פסח.
אזוי זאלסטו טון, זאג פארן אייבערשטן דיינע רצונות, זאג פארן אייבערשטן ווי שווער די נסיונות זענען און ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, רעד אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "באשעפער איך וויל זיין גוט"; הער נישט אויף צו זאגן: "טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק"; ווייל יעדע ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן און אזוי אויך יעדע ווילן וואס מען וויל זיין גוט - איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און דאס ווערט נישט פארלוירן. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קנ:), אז קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן פונעם אייבערשטן; דאס הייסט אפילו מען זעט ווי מען איז נאך ווייט פון קדושה און מען בענקט זיך און מען האפט צו זיין גוט - איז דאס זייער חשוב, און די אלע גוטע רצונות נעמען זיך צאם, און אויך אלע תפילות נעמען זיך צאם, ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו אלע מדריגות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.