בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דיין חבר האט מיר דערציילט די זאך וואס דו גייסט יעצט אריבער, די צד הכלה האט אפגעלאזט די שידוך אפאר טעג פאר דיין חתונה; ער שרייבט מיר אז ער קען נישט נעמען דיין צער, ווען ער טראכט פון דיר שפירט ער ווי ער גייט אראפ פון זין, איז דאך זיכער אז דו אליינס שפירסט אזוי.
איך בעט דיר זייער זאלסט זיך דערהאלטן, זאלסט בלייבן שטארק; אז דו וועסט זיך דערהאלטן, דו וועסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן געטריי, לערנען און דאווענען - וועסטו בקרוב טרעפן גאר א גוטע שידוך, שענער און בעסער.
איך ווייס פערזענליך כמה וכמה מעשיות פון חתנים וואס מען האט אפגעלאזט די שידוך, זיי האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, און מיט רעכט; וואס קען דען זיין א גרעסערע צער פאר א חתן כלה אז מען לאזט אפ די שידוך? מען ווארט אזוי לאנג צו קענען חתונה האבן, אנהייבן די לעבן, און אז מען לאזט אפ די שידוך איז דאס זייער ווייטאגליך; דאך האבן זיי זיך דערהאלטן מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, זיי האבן זיך געשטארקט מיט אמונה אינעם אייבערשטן, און ביים סוף האבן זיי געטראפן אסאך בעסערס און שענערס.
די שידוך וואס מען האט אפגעלאזט איז אויך געווען דיין שידוך, און דאס וועט ברענגען נענטער דיין שידוך; אזוי האט דער רבי מגלה געווען ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן. דער רבי געווען אין ראדוויל, דער רבי האט זייער שטארק געוואלט חתונה האבן, ער האט נישט געוואלט זיין אן א ווייב, דעמאלט זענען געקומען אסאך פרויען, זיי האבן זיך געוואלט משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע וואס זענען געקומען צו פארן זענען זיינע שידוכים, און אזוי איז ביי יעדן מענטש, מען האט כמה וכמה זיווגים, די שידוכים וואס מען רעדט איז אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט, אפילו ווען מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב, עס פאלט זיי ביי אז דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל - איז דאס א שידוך, אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן - איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.
איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך, זיי נישט ברוגז אויף קיינעם. זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, נעם אריין אמונה אין זיך, גלייב אז די גאנצע זאך איז פונעם אייבערשטן אליינס און אלעס איז לטובה, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה, אפילו עס זעט אויס שלעכט - איז דאס נאר פאר די טובה פונעם מענטש - וועסטו בקרוב טרעפן שענער און בעסער.
לאז מיר וויסן ווען דו טרעפסט דיין שידוך.