בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן, מיר זענען שוין איבער געקומען שווערערע וואסערן; דערמאן זיך די אלע יארן וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה שטייסטו מיר צו די האנט, דו האסט מיטגעהאלטן אלע שווערע וואסערן וואס איז אריבער אויף אונז, דארפסטו נישט ווערן צעפאלן ווען צוויי אינגעלייט דערשרעקן דיר וכו'.
שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז ווייטער צו העלפן די מוסדות; זע צו צאלן די מלמדים און טיטשערס, זיי ארבעטן אזוי געטריי און אזוי איבערגעגעבן - דארפן מיר זיך זייער אנשטרענגען אז זיי זאלן קענען באקומען זייער געהאלט אין צייט.
בנוגע די משפחות וואס שפעטן פון דיר ווען דו בעסט שכר לימוד; בעט איך דיר, ווער נישט צעפאלן פון קיינעם. דו טו דיינס; ווער עס האט די זכיה, ווער עס איז אן ערליכער איד - וועט דיר צאלן און אז נישט וועט די ישועה קומען פון אן אנדערע וועג. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן ער זאל אים העלפן בויען דעם קלויז: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך סיי ווי אויספירן, שענער און בעסער וועט זיין אז דאס וועט קומען דורך דיר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.