בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארקט אייך מחנך צו זיין די קינדער אליין
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק, איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט אייער לעבן; אמת עס איז זייער שווער פאר אייך אין אייער מצב ווען איר זענט אליין, איר דארפט אליינס מחנך זיין די קינדער, נאכדעם וואס איר זענט צעטיילט פון אייער מאן. די גאנצע לאסט פון חינוך הבנים והבנות ליגט אויף אייך, וואס אפילו אין א געהעריגע פאל ווען מען איז צוזאמען מאן און ווייב קען מען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער, אידישע מאמעס פאלן פון די כוחות פון אויפציען די קינדער, ווער רעדט נאך ווען די קינדער ווערן גרויס און זיי הייבן אן שפירן ווי זיי זענען שוין דערוואקסן וכו' - איז זייער שווער מיט זיי, און אודאי אין אייער פאל ווען איר אליין דארפט זיי אויפציען מיט אזויפיל מי און פלאג; זאלט איר זיך שטארקן מיט אמונה.


ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד איז אלעס אסאך גרינגער; ווען מען באשולדיגט זיך נישט, מען ווייסט אז אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, 'אלעס וואס איך לייד, מיינע אלע ווייטאגן קומט מיט א חשבון' - דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן. אזוי ווי דער מענטש וואס גייט צום דאקטער און דער דאקטער שניידט אים, ער אפערירט אים; ווילאנג דער מענטש ווייסט אז 'דאס איז מיין טובה; מיט'ן שניידן היילט מען מיר, מיט'ן שטעכן וועט מיר בעסער ווערן', געבט דאס אים כח זיך צו קענען שטארקן און נישט ברוגז ווערן אויפ'ן דאקטער; אזוי און נאך אסאך מער איז ווען מען לעבט מיט אמונה, מען שפירט ווי מען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, מען געדענקט שטענדיג 'אין עוד מלבדו, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער געבט לעבן און ער מאכט אלעס' – דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר אביסל וויינען צום אייבערשטן; וויינטס צו אים אזוי ווי איר וויינט אינעם בריוו וואס איר שרייבט מיר, זאגטס פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך דארף אביסל כח פון דיר, אייבערשטער איך האב נישט קיין מאן וואס זאל מיך שטארקן; אייבערשטער, אלע אידישע מאמעס וואס פאלן פון די כוחות האבן זייער מאן וואס שטארקט זיי; נאך א גאנצן טאג ארבעטן קומט דער מאן אהיים, ער רעדט שיין, ער שמייכלט און ער געבט ליבשאפט, דאס געבט כח פאר אידישע מאמעס; אייבערשטער איך האב דאס נישט, איך בין אליין, איך שפיר ווי איך קען נישט מער, איך ארבעט אזוי שווער צו ברענגען פרנסה, איך ארבעט אזוי שווער צו האלטן מיינע קינדער ערליך. די קינדער רעדן נישט שיין צו מיר, זיי זענען נעבעך צעבראכן פון די פרשה, זיי פאלגן מיר נישט; העלף מיר אייבערשטער, געב מיר א שמייכל, געב מיר ליבשאפט און געב מיר שטארקייט איך זאל האבן כח ווייטער זיי מחנך צו זיין".


יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן, בפרט א תפילה פון א צעבראכענע הארץ - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמס תפילות, בפרט תפילות פון צעבראכענע הערצער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח ווייטער אויפצוציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת פון זיי.