בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך בין זייער דערשראקן פון הערן אז איר באקומט א נישט גוטע געפיל פון די וועכנטליכע פרויען שיעורים וכו'; יעדע מאל נאך א פרויען צאמקום שפירט איר ווי איר ווילט קויפן א נישט גוטע טעלעפאן, איר זענט מקנא וכו' וכו'.
ענדערש בלייבט אין שטוב און איר וועט אויסהערן די שיעור אויפן טעלעפאן מיט יראת שמים, ווי איידער ווערן מיטגעשלעפט מיט צעבראכענע פרויען וכו'. די ציל פון די פרויען צאמקום איז - מען זאל ווערן א בעסערער איד, און אויך מער א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, נישט מען זאל באקומען א גליסט און א רייץ צו נישט גוטע זאכן, און אז איר ווערט מיטגעשלעפט אומווילנדיג מיט וכו', איר שפירט זיך צוריק געשטאנען מיט א כשר'ע טעלעפאן, און ווען מען רעדט פון עקטערס און זינגערס וואס ברענגט נישט יראת שמים - שפירט איר נעבעכדיג אז איר קענט נישט מיט רעדן – זאלט איר מער נישט גיין צו די צאמקום, נאר ענדערש בלייבט אין שטוב.
געבט אכטונג אייער שטוב זאל זיין געבויעט אויף די וועג פון צדיקים, נישט אויף צעבראכענע צעקלאפטע נשמות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.