בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.
איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט קומען אינדערפרי צום שיעור גמרא; יעצט ווען דו האסט חתונה געהאט אין דו ביסט אין שנה ראשונה, דארפסטו זען צו קומען צום שיעור יעדן אינדערפרי.
א יונגערמאן דארף אויפשטיין אינדערפרי לערנען תורה; דאס איז א סגולה פאר שלום בית. דאס ברענגט חן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן", דרש'נען די חכמים (עירובין נד:): "שֶׁמַּעֲלַת חֵן עַל לוֹמְדֶיהָ", ווען מען לערנט תורה באקומען מען חֵן.
דעריבער זאלסטו זיך שטארקן און ווייטער קומען אינדערפרי לערנען דעם דף גמרא; ביי מיר איז מיין גאנצע חיות דער לימוד הדף בבלי און ירושלמי; ווען איך ענדיג פארלערנען אינדערפרי דעם דף בבלי און דעם דף ירושלמי שפיר איך ווי איך האב שוין אפגענומען מיין טאג.
איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו וועסט זיך צוריק באנייען און קומען לערנען; פארגעס נישט אז יעצט זענען דיינע שענסטע יארן, יעצט קענסטו לערנען תורה בטהרה.