בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך שטיי און שטוין אויף אייער מסירות נפש זיך אפצושערן די האר
קינדער, חיזוק פאר פרויען, סגולות, וויכוחים, שערן די האר, משפחה, משיח, מסורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', אשת מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס איר האט דא געטון, איר האט געטון א זאך נענטער צו ברענגען די גאולה; מיט'ן זיך אפשערן די האר האט איר געברענגט די גאולה א טריט נענטער.


דער הייליגע צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט וויינען: "די גאולה הענגט אויף א האר!" פלעגט דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמאר זאגן: "דאס מיינט ער צו זאגן אויף די האר פון אידישע טעכטער"; אידישע פרויען קענען ברענגען די גאולה, ווען אלע אידישע פרויען וואלטן זיך אפגעשוירן זייער האר וואלט שוין פון לאנג געווען די גאולה.


איך שטיי און שטוין אויף אייער מסירות נפש, ווי איר האט געטון אזא זאך, זיך אפגעשוירן די האר! ביי אונז איז דאס אויך א מסירות נפש, אבער דאך איז עס נישט אזוי שווער נאכדעם וואס מיר וואקסן אויף מיט דעם; אונזער מאמע, אונזער באבע, אונזערע שוועסטערס - אלע שערן זיך אפ די האר, עס איז א זאך וואס מיר וואקסן אויף דערמיט, אבער ביי אייך איז אנדערש, איר זענט געגאנגען קעגן אייער משפחה, אלע פון אייך גייען מיט די אייגענע האר; אייער מאמע, אייערע געשוויסטער - אלע בארומען זיך מיט די האר, און איר זענט צוריק געגאנגען צו די אמת'ע מסורה און אראפגענומען די האר - די שדים, די מחלות און צרות; וואויל איז אייך, וואויל איז אייער חלק.


אין דעם זכות וועט איר האבן ערליכע קינדער; קינדער צדיקים, קינדער תלמידי חכמים, קינדער יראי השם.


טענה'עט זיך נישט מיט קיינעם; אויב מען טענה'עט זיך - ווערט מען נאר אפגעשוואכט, ליצנות זעט אלץ אויס שטערקער פונעם אמת, דעריבער איז נישט כדאי זיך צו טענה'ען מיט קיינעם, נאר טון וואס דער אייבערשטער זאגט, וואס צדיקים זאגן.


איך שיק אייך א מתנה א געבענטשטע זילבערנע ה קייטל; די רבי זאגט דאס איז מסוגל פאר קינדער (ספר המדות אות בנים, חלק ב', סימן ח).


א ליכטיגן חנוכה.