בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך הער צוריק גוטע גריסן אויף דיר און אויפן שטעטל, אז דו און נאך אינגעלייט זיצן פארטאגס פינף אזייגער אין שול און מען לערנט פלייסיג, איך בין זייער פרייליך, און דאס געבט מיר פרישע כוחות ווייטער צו טון.
ווי דו ווייסט איז די שטעטל נישט געווען קיין גרינגע זאך אויפצושטעלן, און וויפיל דו ווייסט – ווייסטו נאכנישט אלעס; עס עפנט זיך נישט קיין שטעטל אזוי גרינג... עס ליגט אין דעם אסאך פלאג און מי, און מיין גאנצע כוונה איז – אויפשטעלן א מקום תורה ויראת שמים, א פלאץ וואס מען וועט לעבן אויף די וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
איז דאס אז דו שטייסט אויף פארטאגס און נאך אינגעלייט, און מען זיצט און מען לערנט א צוויי שעה פארן דאווענען – איז מיר א גרויסע נחת און געבט מיר אסאך כוחות.