בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שיקן די קינדער אין א מוסד על טהרת הקודש
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? אודאי זאלט איר זוכן פאר די קינדער א מוסד וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די ערב רב; וואס איז די גאנצע לעבן פון א איד? די גאנצע לעבן איז נאר די קינדער, אויפציען קינדער על טהרת הקודש, קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, נישט האבן צו טון מיט די מינים ואפיקורסים.


אייערע עלטערן זענען גערעכט, מען מוז געבן די קינדער אן ערליכע חינוך, א ריינע חינוך; א איד קוקט נישט וואו ער קען האבן א שיינע דירה, א גרויסע דירה, א ביליגע דירה; א איד וואוינט וואו ער קען געבן פאר זיינע קינדער דאס בעסטע, שענסטע און ריינסטע חינוך.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט מצליח זיין מיט די קינדער; תפילה איז די שטערקסטע זאך, בפרט ווען די מאמע טוט אירע מצוות, זי איז מפריש חלה, זי צינדט די שבת ליכט און אזוי ווייטער, דעמאלט איז אן עת רצון צו בעטן פאר די דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.