בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שמחה נעמט אוועק אלע צרות און יסורים
שמחה, רפואה, מוהרא"ש, סיום הש"ס, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א גרויסע שמחה צו הערן אז דו ביסט זוכה מסיים צו זיין גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, און אויך ביסטו מסיים גאנץ ספר משנה ברורה, און דו גייסט מאכן די סיום אין די טאג פון די יארצייט פון דיין זון.


שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, מוהרא"ש זאגט, א איד קען זיך מעסטן ווי נאנט ער איז אין די קדושה, דורך זיך בודק זיין אויב מען איז פרייליך; אויב איז ער פרייליך - איז א סימן אז מען איז ביי די קדושה, און דעריבער האט דער הייליגער רבי אונז זייער מחזק געווען אז מיר זאלן זיין נאר פרייליך. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, און אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


הייב אן נאכאמאל ש"ס, און עס איז גוט אז דו זאלסט האבן צוויי סדרים אין ש"ס, איינס זאל זיין באופן גירסא, דורכזאגן ש"ס כסדרן, און באזונדער זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ש"ס, לערנען מיט רש"י און תוספות.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.