בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - שלאפן מיט צניעות
צניעות, שמחה, בית פיגא, פרייליך, יצר הרע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א מיידל טוט נישט אן הויזן, עס איז נישט קיין צניעות, אויך ביינאכט ביים שלאפן איז נישט קיין צניעות צו שלאפן מיט הויזן, אויך פעלט נישט אויס צו שלאפן מיט זאקן; מען דעקט זיך צו די פיס מיט די דעק, און אז באנאכט דעקט זיך אויף די פיס - דארף מען וויסן אז די הייליגע חכמים זאגן (קידושין נד.): "לא נתנה תורה למלאכי השרת", אז די תורה האט דער אייבערשטער געגעבן פאר מענטשן, נישט פאר מלאכים; און זיכער נישט אנטון הויזן - וואס איז פריצות.


זייט פרייליך, זוכט נאר צו טון זאכן וואס מאכן פרייליך, ווייל ווען מען איז פרייליך - איז גרינגער בייצוקומען דעם יצר הרע, מען טוט דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - שמחה היילט אויס, סיי פיזיש און סיי גייסטיש
שמחה, רפואה, עצבות, מרה שחורה, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך - וועסטו ווערן געזונט און שטארק, סיי פיזיש און סיי גייסטיש, ווייל שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


פריי זיך מיט דעם אז דו ביסט באשאפן געווארן מזרע ישראל און נישט פון די אומות העולם, פון די שמחה וועסטו נישט פאלן, די שמחה וועפּט נישט אויס, ווייל אפילו דו זאלסט זיך אנקוקן ווי דער ערגסטער און דער ווייטסטער מענטש - דארפסטו זיך נאכאלץ פרייען אז דו ביסט א איד און נישט א גוי; אזוי ווי עס איז גייט די מעשה (הובא בספר פרי צדיק חג השבועות, אות יג), דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה: "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - איבערזאגן נאר גוטע זאכן
שלום, לשון הרע, טאנצן, ותיקין, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


זע צו זיין נאר א גוטער שליח און איבערגעבן פאר אנשי שלומינו נאר גוטע גוטע גריסן און גוטע ווערטער וואס דו הערסט פון מיר וועגן זיי, און חס ושלום טראגן ווערטער וואס וועט זיי מאכן צער, ווייל אפילו איך שיק דיך מיט א שליחות: גיי זאג יענעם אזוי און אזוי – דארף מען זיין קלוג און צו ווארטן וכו', ווייל אמאל ווער איך זייער צוקאכט פון זיין אריינגעטון און טון פארן אייבערשטן, קען מען אמאל זאגן ווערטער וכו'; טאר מען נישט גיין דאס איבער זאגן.


איך שרייב דיר דאס, ווייל איך האב גערעדט מיט דיר שמחת תורה פון ..., וואלסטו נישט געדארפט גיין איבער זאגן און מאכן צער וכו'.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען זיין א שליח צו מאכן גוט פאר מענטשן, און צו מאכן שלום צווישן איינעם אינעם צווייטן, און ווען דו הערסט עפעס גוטע ווערטער פון מיר אויף איינעם – זאלסטו נישט ווארטן קיין איין מינוט, נאר גלייך גיין יענעם מחי' זיין, און ווען דו הערסט עפעס ווערטער אויף איינעם וואס קומט פון צוקאכעניש – זאלסטו חס ושלום דאס טראגן ווייטער, און אז מען הייסט דיר גיין זאגן – זאלסטו איבערפרעגן נאך א טאג צוויי.


העיקר זיי פרייליך, טאנץ יעדן טאג מיט אנשי שלומינו, און זיי נישט יוצא צו טאנצן איין מאל א טאג נאך ותיקין, טאנץ כמה פעמים ביום, וכל המרבה – הרי זה משובח.

#2 - העלפן בויען די נייע געגנט אין שטעטל
שמחה, שטעטל, התבודדות, חינוך, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו שיחיו


איך האב גערעדט צו מרדכי אהרן נרו יאיר, ער וועט ענק שוין איבערגעבן אז ענק קענען מיר העלפן מיט עפעס גאר חשוב בויען די נייע געגנט אין שטעטל, איך וויל עס ענק נישט דירעקט זאגן, איך וויל ענק נישט צודריקן צום וואנט.


העיקר מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן ענק זאלן וויסן וואס איז ריכטיג און ווי אזוי זיך צו פירן.


זעט אין שטוב זאל זיין פרייליך און געשמאק; אמת, מען דארף פירן א געזונטע שטוב, עס דארף זיין דיסציפלין, דרך ארץ, מען דארף פאלגן טאטע מאמע, אבער דאס מוז קומען באגאסן און באזאלצן מיט שמחה, אז די קינדער זאלן נישט ווערן פארמאכט פון פחד און פון אזויפיל זאגן, הייסן, קריטיקירן, עס מוז זיין געפאקט און געקניפט מיט שמחה און מיט ווערטלעך וכו'.

#1 - משניות נעמט אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה
משניות, אומאן, מוהרא"ש, יראת שמים, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב אזוי הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן, איך האב זיך אזוי געבענקט צו דיר, איך האב געזען אויף דיר אז דו ביסט פרייליך; איז דאס א באווייז אז דו ביסט מיט יראת שמים.


איך פריי זיך אז דו האסט מיר קלאר געמאכט ביים רעדן פריוואט וכו' וכו'; איך בין געווארן רואיג.


שטארק זיך בלימוד התורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מוהרא"ש זאגט אז משניות איז סטי"ל ווא"ל פאר די נשמה, און אזוי ווי סטי"ל ווא"ל נעמט אראפ די איינגעגעסענע שמוץ פון כלים, אזוי אויך נעמט משניות אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, איך וויל האבן קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.