בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש
איך האב ערהאלטן א מעסעדזש פונעם אדמיניסטראטער רפאל פורסט נרו יאיר אז דו זאגסט אז דער עולם טענה'ט אז די מוסד מוטשעט זיך נישט, עס איז געווען זייער א שיינע יאר, מען האט געצאלט די מלמדים און די טיטשערס; פאריאר האט דער ראש ישיבה געשריבן בריוון אז עס איז ממש עק וועלט, מען צאלט נישט, אבער היי יאר זאגט דער עולם אז די מוסד וועט זיך אן עצה געבן, זיי ווילן ענדערש געבן פאר אנדערע צדקות וואס האבן נישט קיין אינקאם, רפאל פרעגט וואס ער קען טון.
ערשטנס זאלסטו וויסן אז דאס איז נישט וואר, ווייל מען האט שוין נישט געצאלט פאר די טיטשערס און פאר די איינגעשטעלטע אין אפיס פון חנוכה, מען קומט פאר די טיטשערס און פאר די איינגעשטעלטע ביז היינט - קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און די מלמדים האבן מיר טאקע געצאלט רוב יאר אין צייט, אבער די געלט איז נישט קיין געלט וואס מען האט, דאס איז געלט וואס מען האט אוועק גענומען פון זאכן וואס מען דארף האבן פאר די מוסד.
טייערער אברהם משה נרו יאיר, איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט אפשוואכן, זאלסט ווייטער בעטן צדקה און הילף פון אנשי שלומינו שיחיו, און פון באקאנטע וואס האבן א געפיל פאר אונזער מוסד, און איך בין זיכער אז די וואס האבן א געפיל, און א זכיה - וועלן דיר העלפן, און מיר וועלן קענען גיין צום ליל הסדר האבנדיג באצאלט אלע איינגעשטעלטע, און האבן געלט צו קענען קויפן באסעס און צו אויפנעמען נאך דרייווערס, און נאך מלמדים און טיטשערס און פאררעכטן אלעס וואס מען דארף פאררעכטן אין די בניני המוסד.
איך ווייס אז דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, דער אייבערשטער האט געמאכט ניסים מיט אונז ביז אהער און ער וועט אונז ווייטער העלפן, און ווער עס זאגט דיר אז די מוסד וועט זיך אן עצה געבן זאלסטו אים זאגן 'אמן', און זאג יענעם אז עס איז טאקע אזוי, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן צדקה צו קענען בויען די קלויז, האט אים מוהרנ"ת געזאגט: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, אבער שענער און בעסער וועט זיין אז עס וועט זיין דורך דיר".
ווער נישט צעפאלן, דו זיי עוסק ווייטער אין די הייליגע ארבעט, בלייב דער גבאי פארן רבי'ן, בלייב משמש זיין דעם רבי'ן, בעט יעדן איינעם צדקה פאר די מוסדות, און אז דער מענטש וועט האבן א זכיה וועט ער געבן צדקה, ווייל מען דארף האבן א זכיה צו קענען געבן צדיקה פאר אונזערע מוסדות.
איך בעט פאר דיין הצלחה.