בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שפירט דערווייטערט פון די ישיבה
הפצה, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


דו האסט מיר נעכטן געזאגט אז דו שפירסט זיך דערווייטערט פון ישיבה וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה א, א) אויפן פסוק (דברים לב, מז): "כִּי לֹא דָבָר רֵק הוּא מִכֶּם - וְאִם הוּא רֵיק - מִכֶּם", איז דאס פון ענק; דאס ווענדט זיך אין דיר אליינס. אסאך תלמידים שפירן אזא הרגשה נאכדעם וואס זיי גייען ארויס פון ישיבה, זיי דארפן עוסק זיין אין ברענגען פרנסה, ממילא קומט מען ווייניגער ארויף, הייבט מען זיך אן שפירן דערווייטערט, אבער דאס האט נאר מיט'ן מענטש אליינס.


דערפאר גיב איך דיר אן עצה, דו זאלסט עוסק אין הפצה; זאלסט מפיץ זיין פאר אידישע קינדער דעם רבינ'ס עצות, אזוי וועסטו זיין מחובר.


קוק גוט וועסטו זען אז די אלע "תלמידי היכל הקודש" וואס האבן גענומען "הפצה" פאר זייער לעבן, די אלע זענען פריש און ניי.


איך האב דאס געזען ביי די פטירה פון מוהרא"ש זכר צדיק וקדוש לברכה; די אלע תלמידים וואס זענען עוסק אין הפצה זענען נישט צעטומלט געווארן פון גארנישט, ביי די לוי' אליינס זענען זיי גאגאנגען הפצה.


אבער די אלע וואס זענען בבחינת מקבלים זענען געווארן אזוי צעבראכן, אפילו היינט ווען עס איז שוין אריבער אפאר יאר זייט די הסתלקות פון מוהרא"ש זענען זיי נאך אלץ בעצבות – ה' ישמרינו.


זיי א משפיע וועסטו שטענדיג זיין פריש און באהאפן צום רבי'ן.