בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
ערשטנס, נישטא קיין ווערטער צו ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון וואס איר טוט, אז איר געבט זיך אוועק פאר טהרת ישראל, איר געבט אוועק אלעס אז אידישע קינדער זאלן האבן טהרה, אלעס מיט אזא ווארעמקייט און מיט אזא איידלקייט. איך באקום גריסן פון משפחות וואס זיי שרייבן מיר יעדעס מאל זיי נוצן די מקוה טהרה, ווי איבערגענומען זיי זענען פון די איידלקייט און איבערגעגעבנקייט מיט די גוטע געפיל.
בנוגע אוועקשיקן מענטשן וואס באשטעלן נישט פון פאראויס; איך בעט אייך זייער, קלאפט אייך נישט אראפ, שפירט נישט שלעכט און שפירט נישט שולדיג פאר קיינעם, אז מען מאכט נישט קיין אפוינטמענט פון פריער - קען מען ביי אונז נישט קומען, זאלן זיך די פארפאלק שפירן שלעכט אז ביי זיי איז די מצוה נישט חשוב; מילא איינער פארגעסט - איז איין זאך, אבער סיי דער מאן און סיי די ווייב, ווי קען זיין אזא זאך מען וואוינט אין א פלאץ און מען ווייסט אז מען דארף פאראויס באשטעלן, און מען מאכט זיך נישט וויסנדיג.
איך זאג אייך נאכאמאל, קלאפט אייך נישט, עס האט נישט מיט אייך, לעת עתה קענען מיר נישט עפענען די מקוה טהרה נאר אז מען באשטעלט דריי טעג פון פאראויס, און שפעטסטנס א טאג פאראויס.
עס איז כדאי איר זאלט איבערגעבן פאר אלע משפחות, זיי געבן צו פארשטיין, היות עס איז נישטא יעדע נאכט משפחות וואס דארפן דאס נוצן, איז נאר שייך צו באשטעלן פון פאראויס, און אז מען פארגעסט - איז דאס א סימן אז די מצוות זענען נישט חשוב.
די משפחה וואס איז געפארן קיין קרית יואל און געזאגט פאר די איינגעשטעלטע דארט אז זיי קומען פון ליבערטי און מען לאזט נישט אריין, מיר ווילן נישט עפענען פאר זיי וכו' וכו', און מען האט אייך גערופן פון דארט היתכן מען איז זיך נישט מוסר נפש פאר טהרה; דאס האט גארנישט מיט אייך, דאס האט גארנישט מיט אונז, דאס איז דעם פארפאלק'ס אייגענע פראבלעם און אייגענע אומפאראנטווארטליכקייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.