בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שרייב ביים סוף פונעם תהלים ווען און וויפיל מאל דו האסט געענדיגט
תודה והודאה, תהלים, נסים

בעזרת ה' יתברך


            יום ב' פרשת תולדות, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אויב איר ווילט דער אייבערשטער זאל מאכן מיט ענק ניסים זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן מאכט דער אייבערשטער נאך און נאך ניסים.


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר און דיין מאן; איך קוק ענק זייער ארויף, ביי מיר זענט איר זייער חשוב.


ווען דו האסט אביסל צייט זאלסטו זאגן תהילים; פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהילים" און ווען דו ענדיגסט ספר תהילים זאלסטו דאס אויפשרייבן ביים לעצטן בלעטל - ווען דו האסט געענדיגט און דעם וויפילטן מאל.