בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ...
פסח ביינאכט ביים ליל הסדר זאלסטו זאגן די הגדה הויך אויפן קול מיט א חיות, שטעל זיך פאר ווי דיין גאנצע שטוב איז אנגעפילט מיט מלאכים, און דער אייבערשטער מיט זיי אלע הערן זיך צו ווי דו זאגסט די הגדה און ווי דערציילסט די ניסים פון יציאת מצרים. זאלסט נישט רעדן קיין איין ווארט ביים סדר טיש וואס איז נישט פון די הגדה און פון סיפור יציאת מצרים, עס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, מען קען פועל'ן שידוכים און קינדער, און בעיקר זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, האבן א ריינעם מח מיט הייליגע אויגן.
ביי די ווערטער: "ונצעק אל ה'" - זאלסטו שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר מיין שידוך, הייליגער באשעפער מאך מיר א נס, איך וויל ארויסגיין פון מצרים, איך וויל חתונה האבן", און אזוי אויך קען מען פועל'ן קינדער, אז דער מאן און ווייב זאלן ביידע שרייען און וויינען צום אייבערשטן: "ונצעק אל ה'", שריי: "הייליגער באשעפער געב מיר קינדער, געב מיר געזונטע קינדער, ערליכע קינדער", ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט מען זאל שרייען ביי 'ונצעק' ביז מען ווערט געהאלפן.
אזוי אויך, אז מען האט קינדער וואס זענען אוועק פון די וועג, זיי זענען נעבעך פארקראכן - קען מען פסח ביינאכט ביים ליל הסדר פועל'ן זיי זאלן באקומען א הרהור תשובה און זיך צוריק קערן צו די תורה וועג; "ושאינו יודע לשאול, את פתח לו", טייטשן צדיקים, מען בעט דעם אייבערשטן אז די אלע וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו בעטן און ווי אזוי זיך צוריק צו קערן – 'את פתח לו' דו הייליגער באשעפער ברענג זיי צוריק.
דער עיקר בעט איך דיר מיין ליבער טייערער ברודער, געב נישט אויף, זיי זיך נישט מייאש, די אידן ביים ים סוף זענען געווען אין א גרעסערע צרה פון דיר, עס איז נישט געווען פאר זיי קיין שום וועג, און בזכות די אמונה וואס זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן און בזכות וואס זיי האבן געגלייבט אין משה רבנו - האט דער אייבערשטער זיי געשפאלטן דעם ים, און אזוי וועט זיין אויך ביי דיר, עס וועט זיך שפאלטן דער ים און דו וועסט פלוצלונג געהאלפן ווערן, נאר געב נישט אויף; דערהאלט זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן און פארלאז זיך אינגאנצן אויף אים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.