בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט תפילה און סבלנות, און מיט אסאך ליבשאפט
שלום בית, הדרכות, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; וויסן זאלסטו, מען קען נישט באצווינגען א ווייב, סך הכל וואס מען קען – מען קען רעדן שיין, מען קען בעטן שיין, מען קען איר אויסלויבן מיט גוטע ווערטער און איר בעטן מיט שיינעם: "די זאך וואס דו טוסט שטערט מיך", מען קען זאגן: "אז דו וועסט נישט מאכן די נעגל וכו' – וועל איך דיך זייער מכיר טובה זיין", אבער צווינגען קען מען נישט.


שמירן נעגל, אפילו נאר אויף די פיס – איז נישט קיין זאך וואס איז גוט, עס ברענגט טומאה, עס ברענגט דינים, עס איז זייער א גרויסע סכנה; דאס זאג איך דיר.


רעד שיין צו דיין ווייב און העלף איר מיט די קינדער, העלף אין שטוב, און אז זי וועט יא וועלן שמירן וכו' – זאלסטו חס ושלום נישט וויי טון, נאר ווייטער ליב האבן, און ווייטער זיין בשלום און מיט ליבשאפט, נאר איין זאך, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף אונזער שטוב זאל זיין געבויט אויף די צדיקים, איך און מיין ווייב זאלן ביידע טון וואס צדיקים זאגן און זיך פירן אין די וועג פון צדיקים"; מיט תפילה און סבלנות און מיט אסאך ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


דיין ציל אין שטוב זאל זיין איין זאך, שלום און אהבה.