בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב געהערט די שלעכטע נייעס פון דיין טאכטער זאל זיין געזונט אז זי איז נעבעך אין שפיטאל און זי ליגט בלי הכרה השם ירחם, וויל איך דיר מחזק זיין אז דו זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה און גלייבן אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און ער ווארט אויף תפילות און מעשים טובים.
מיט תפילה קען מען טוישן די בריאה; אפילו די דאקטורים זאגן אז עס איז דערנאך קען מען דאס נאך טוישן מיט תפילה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע.
דעריבער בעט איך דיר זייער מיין טייערער חבר, פארליר זיך נישט! דער אייבערשטער איז זייער גרויס און ער קען העלפן דעם מענטש אפילו עס זעט נישט אויס ווי עס איז נאך דא אן האפענונג. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויף אויסנווייניג, צום ביישפיל: "אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו'", און נאכדעם זאלסטו בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס איך האב יעצט מזכיר געווען זאלסטו מיר שיקן א רפואה שלימה פאר מיין טאכטער; העלף מיר טאטע, איך האב נישט צו וועמען זיך צו ווענדן נאר צו דיר", דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו זען גרויסע נסים.