בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו און דיין ווייב'ס בריוו.
איך האב זיך אזוי געפריידט צו הערן די גוטע בשורה אז איר ווארט למזל טוב אן קיין הילף פון א בשר ודם; דער דאקטער וואונדערט זיך און גלייבט אייך נישט אז איר זענט אויפגעראכטן געווארן מיט די גוטע נייעס אן קיין שום הילף, נאר מיט תפילה, גוטע מעשים און מיט אסאך סבלנות.
דאס דארף פארשטערקערן ענקער אמונה איר זאלט נישט מורא האבן פון קיינעם אויף די וועלט; איר זאלט זען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און מיט תפילה קען מען אלעס באקומען אפילו ווען דאקטורים זאגן אז זיי זעען נישט קיין ישועה.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א'): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה, אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאוונט צום אייבערשטן פאלן אוועק אלע רפואות ווייל מען ווערט אויסגעהיילט פונעם אייבערשטן אליינס, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", און אלע דאקטורים שעמען זיך מיט זייערע רפואות; זיי זאגן אז זיי האבן נישט קיין ישועה און דא זעט מען קלאר ווי דער אייבערשטער העלפט.
דאנק דעם אייבערשטן אויף די גוטע בשורה און בעט אים אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת. רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך - אויף אידיש, אלעס וואס דו דארפסט זאלסטו אים בעטן וועסטו זען גרויסע ניסים.
מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון התבודדות; די גאנצע לעבן פונעם מענטש ווערט אנדערש. מען באקומט א געפיל אין שחרית, מנחה און מעריב. מען הייבט אן שפירן ביים דאווענען ווי דער אייבערשטער הערט צו יעדעס ווארט, דאס גאנצע דאווענען איז געפלאכטן מיט התבודדות; אפילו די פלעצער וואו מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען, אבער צום אייבערשטן מעג מען רעדן וואו אימער. וואויל איז דעם וואס געוואוינט זיך צו צו די הייליגע הנהגה, וועט ער האבן די וועלט און יענע וועלט.
א גרויסן יישר כח פאר די געלט וואס דו האסט מיר געשיקט לכבוד די חתונה פון מיין זון נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן, בזכות העלפן חתן כלה אז זיי זאלן קענען חתונה האבן זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין דיינע מעשים, זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים און דיין ווייב זאל האבן א שנעלע רפואה בגוף ובנפש.