בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - תשובה טון אין חודש אלול
התחזקות, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, ווען עס קומט חודש אלול ווערט יעדער איד זייער נתעורר צו תשובה, יעדער איינער זוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; דארף מען וויסן אז דער עיקר וועג צו תשובה איז צו זיין: "בקי ברצוא, ובקי בשוב", 'בקי ברצוא', מען דארף וויסן ווי אזוי מען גייט אלץ העכער און העכער, און אז וויפיל מען טוט אין עבודת השם דארף מען אלץ בענקען, וועלן און גליסטן - צו טון נאך מער, און אויך דארף מען זיין 'בקי בשוב', מען דארף וויסן אז אויך ווען מען פאלט אראפ, מען זעט זיך אזוי ווייט פון יעדע סארט מדריגה פון קדושה, אויך דארט איז דער אייבערשטער, און אויך אזא מענטש קען זוכה זיין - אויב ער וועט זיך נישט מייאש זיין – צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו): "וּכְשֶׁרוֹצֶה אָדָם לֵילֵךְ בְּדַרְכֵי הַתְּשׁוּבָה", ווען מען וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, "צָרִיךְ לִהְיוֹת בָּקִי בַּהֲלָכָה", דארף מען זיך גוט אויסקענען ווי אזוי מען גייט, "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת לוֹ שְׁנֵי בְּקִיאוּת", צו האבן די צוויי הקדמות, "הַיְנוּ בָּקִי בְּרָצוֹא, בָּקִי בְּשׁוֹב", פון בקי ברצוא און בקי בשוב, סיי ווען מען איז מצליח אין עבודת השם, מען קוקט זיך אן ווי מען איז שוין הויך, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קלט, ח): "אם אסק שמים", אפילו איך בין אין הימל, דאך דארף איך בענקען צו גיין נאך העכער, 'שם אתה', דער אייבערשטער איז נאך העכער, און סיי ווען עס איז 'ואציעה שאול', מען איז אראפגעפאלן אין שאול תחתית רחמנא לצלן, 'הנך', איז דער אייבערשטער אויך דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין אין עבודת השם, נאר אז מען האט די ביידע הקדמות – קען מען אויסניצן די טעג פון חודש אלול מיט דאווענען און לערנען און טון גמילת חסדים, אלץ פרובירן צו טון מער און מער, און אויך ווען מען זעט זיך אזוי ווייט, מען איז אזוי אראפגעפאלן, דארף מען געדענקען: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, און אויך איך קען נאך זוכה זיין צו פאררעכטן און צו ווערן נאנט צום אייבערשטן'.


א כתיבה וחתימה טובה.