אוקריינע דערלייכטערט פארשידנע קאוויד רעגולאציעס אריינצוקומען
כח סיון תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה אלי קאנלל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555
געלויבט דער אייבישטער אז מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט. פילע גרייטן שוין צו די "מתנות" וואס מען וועט ברענגען פארן הייליגן רבין, דער פלאנט בעז"ה צו ענדיגן עטליכע מסכתות אין ש"ס, אנדער ענדיגן תיקוני זוהר, און פילע אנדערע לימודים. אזוי אויך קויפט שוין דער עולם די טיקעטס אין גרויסן. אין אומאן גרייט מען זיך שוין צו צו די פילע מאסן וואס וועלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען, אלע הכנסת אורחים'ס קויפן זיך שוין איין ריזיגע קוואנטומס פון עסן צו געבן פאר די צענדליגע טויזנטער אידן. ועל כולם, גיסן אידישע קינדער טויזנטער תפילות, אז אלעס זאל דורכגיין בשלום און מען זאל טאקע זוכה זיין דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבין און קענען צוברעכן אלע מניעות און שוועריקייטן.
יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די קאבינעט אין דער אוקריינער רעגירונג האט באשטעטיגט עטליגע טוישונגען אין די רעגולאציעס וואס וועלן פארגרינגערן פאר אויסלענדישע בירגער אריינצוקומען קיין אוקריינע.
וואַקסין: די וואס ברענגען באווייז אז זיי זענען וואקסינירט (מיט א וואקסין וואס דער אוקריינער רעגירונג באשטעטיג - אריינגערעכענט, פּפייזער, דזשאנסאן ענד זשאנסאן, עסטרע זענעקע, מאדערנע) וועלן אריינגעלאזט ווערן אן קיין שום טעסט.
טעסט: נישט וואקסינירטע וועלן ווי ביז יעצט דארפן ברענגען א נעגאטיוו קאוויד טעסט. אבער אנשטאט ווי ביז יעצט האט מען געדארפט האבן דוקא א "פּי-סי-אַר" טעסט (וואס נעמט כאטש עטליכע שעה צו באקומען די רעזולטאטן), וועט מען ערלויבן אויך "רעפּיד" טעסטס (וואס מען באקומט די רעזולטאטן אין עטליכע מינוט). דער טעסט וועט דארפן גענומען ווערן - ווי ביז איצט - אין די 72 שעה פארן אנקומען קיין אוקריינע.
קינדער: קינדער אונטער 12, וועלן נישט דארפן האבן קיין שום טעסט אדער וואקסין.
אינשורענס: דער פארלאנג צו האבן אוקריינישע אינשורענס בלייבט דערוויל אין קראפט.
מען זעט ווי תפילות ישראל עושה רושם, און די רעגולאציעס ווערן נאר מער און מער פארגרינגערט. און מען בעט און מען האפט ווייטער אז מען זאל טאקע זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה און זיין ביים הייליגן רבין, און באקומען די געוואלדיגע הבטחות וואס ער האט צוגעזאגט פאר די וואס קומען צו אים אויף ראש השנה.
הראש השנה שלי עולה על הכל
📰 מען קויפט שוין טיקעטס אויף ראש השנה
📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן
📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב
📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב
📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב
📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות
💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"
🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין
📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין
🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א
📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן