מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח
כד ניסן תשפ"א 📝
ערב פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן ביי אים אין שטוב אלע בודקים פונעם עירוב, וואס זענען זיך מוסר נפש א גאנץ יאר בודק צו זיין דעם עירוב, און גייען ארום זיכער מאכן אז דער עיבור איז כשר, און מען קען טראגן אינעם גאנצן שטעטל.
דער ראש ישיבה האט מסביר געווען פאר די בודקים וויאזוי עירובי חצרות ארבעט. שבת קודש מעג נישט טראגן נאר אין איין רשות היחיד, און אפילו מען נעמט ארום די שטאט מיט א צוים, זענען דא אין א שטאט אסאך רשיות, דערפאר דארף מען אויפהייבן א פת און מזכה זיין דערמיט אלע איינוואוינער, דאן ווערן עס גערעכעט ווי יעדער האט א שייכות מיט דעם הויז, אזוי ווערט עס ווי איין משפחה. דאס ווערט גערופן "עירובי חצרות".
דער ראש ישיבה האט געבעטן הר"ר מרדכי אהרן האלפערין הי"ו זאל געבן פון די פת פון פאראיאר פאר די בודקים, אלץ הכרת הטוב פאר זייער איבערגעגעבענקייט פארן עירוב.
נאכדעם האט דער ראש ישיבה געמאכט די ברכה אויפן עירוב, און געזאגט פאר הר"ר מרדכי אהרן הי"ו זאל עס אויפהייבן און מזכה זיין פאר אלע איינוואוינער דורך זאגן "איך בין מזכה דעם פת פאר די גאנצע שטאט", נאכדעם האט דער ראש ישיבה געזאגט די לשון "בהדין עירובא" און עס איבערגעטייטש אויף אידיש.
שְׂמֵחִים לְשָׁמְרוֹ וּלְעָרֵב עֵרוּבוֹ
📰 געהויבענע יום טוב פסח אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א
📰 דער בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי ווערט הערליך צוגעענדיגט
📰 נייע עירוב טראק אין שטעטל - כסלו תשפ"א
📰 עירוב אין שטעטל מאכט ב"ה פארשריט - אייר תש"פ
📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים מאכן די ברכה אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ערב פסח תשפ"א
📸 דער עירוב טראק פירט דורך פארעכטיגונג ארבעט
📸 מאפע פון עירוב אין שטעטל געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א
💬 וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער?
📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב
📜 כולל אינגעלייט זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב
📜 אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב
📜 אין זכות פון העלפן פאר'ן עירוב וועסטו האבן געזונטע ערליכע קינדער