שאלה אין קורצן ענין
#1 - בין איך מחויב צו טון אלעס אליין אינדערהיים?
שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, סבלנות, תודה והודאה, קאמפלימענטס, קנאה, עונשים, יענער, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך אביסל אויסרעדן איבער די שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער אינדערהיים, אונזער שלום בית טויג נישט, עס איז נישטא קיין שטארקע ליבשאפט ביי אונז.


וואס קען איך טון אז איך שפיר זיך ווי דער משרת אינדערהיים, איך שפיר אסאך מאל ווי איך בין סיי דער טאטע און סיי די מאמע אין הויז, איך פארשטיי אז עס איז יעצט שווער פאר מיין ווייב צו טון אלעס, אבער איך שפיר ווי איך ווער צופיל אויסגענוצט, איך דארף אלעס מסדר זיין, צושטעלן עסן, רייניגן, און אזוי ווייטער, אלע זאכן וואס א געווענליכע פרוי וואלט ווען געדארפט צו טון אינדערהיים.


ווען די קינדער דארפן גיין צום דאקטער, דארף איך זיי נעמען, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג. איך בעט איר זי זאל כאטש מאכן דעם אפוינמענט ביים דאקטער, אבער זי פייפט מיר אן. איך קום אהיים און דאס קינד איז שמוציג ביז ארויף און איך דארף זויבערן און אפבאדן. ווען איך רוים אויף העלפט זי מיר אביסל, אין די צייט וואס עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, וואס איך טו ווערט געטון, און וואס נישט נישט. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך דארף פשוט א נארמאלע הויז, וואו מען געבט זיך אפ נארמאל מיט די קינדער און מיט די הויז.


איך קום פון א נארמאלע צוזאמגענומע שטוב, אלס בחור האב איך געהאט גרויסע השגות, איך האב געהאט חלומות פון א שיינע באלעבאטישע שטוב, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון, אבער איך דארף כאטש א מינימאלע נארמאלע הויז, איך פיל ווי זי איז גארנישט גרייט צי טון פאר מיר. איך האב זייער ליב צי זען מיין ווייב אמאל שיין אנגעטוען ווי א אידישע פרוי דארף אויסקוקן, אבער איך האב דאס נאר ווען מען מוז גיין צו א שמחה, זי איז גאר נישט גרייט צו טון, איין טאג איז געווען א שיינע וועטער האב איך איר געפרעגט אויב זי וויל זיך אנטוען און ארויס גיין מיט מיר אביסל שפאצירן, אבער דאס אויך נישט.


איך טו פאר איר זייער אסאך, און פאר די הויז און די קינדער טו איך דאס רוב, ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט קומט עס זי זאל מיר מאכן עפעס א טרינקען אדער עסן, אבער עס איז פארקערט איך מאך איר א קאווע, שפעטער מאך איך איר עסן, איך פיל ווי עס איז נישט יושר, עס איז נישט אז אמאל איז געווען גוט און פשוט יעצט ווייל זי פילט נישט גוט קען זי נישט, ווי איך געדענק זייט די חתונה האב איך נאר געגעבן און גארנישט באקומען.


עס קומט נארמאל אז א פרוי זאל האבן א געשמאק אין אהערשטעלן א שיינע געשמאקע סעודה, האבן א טאלאנט אראפצולייגן א געשמאקע שיינע טעלער עסן צום טיש, זי איז אבער בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, אלעס איז א גאנצע טובה געטון. איך דארף זיך בעטן ביי איר, און איך שפיר ווי איך האב יעצט אויפגעשטעלט אן אלטע באבע וואס רירט זיך מיט די לעצטע כוחות, ווען זי בעט אבער עפעס פון מיר מוז איך עס גלייך טון אויפ'ן ארט מיט'ן גרעסטן חשק.


לאמיר זאגן חס ושלום אז איינעמ'ס ווייב איז נעבעך קראנק געווארן, זי קען גארנישט טון, און דער מאן איז איר געטריי, דעמאלט איז אנדערש, ווייל למעשה איז זי געווען געטריי פאר אים אלע יארן, און יעצט נעבעך איז זי קראנק. איך האב אבער גארנישט באקומען פון מיין ווייב. עס איז מיר זייער שווער, אסאך מאל טראכט איך אז עס איז מיר שוין געווען גרינגער אלס בחור, איך האב זיך געדרייט און געפרייט, יעצט ארבעט איך ביטער שווער אויפצושטעלן א משפחה.


איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער איך טראכט צוריק פון אלע מיינע חברים, איך האלט נישט אז זיי האבן אזוי שלעכט חתונה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר דאס.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט מקנא אנדערע. קלאפ ארויס פון קאפ אז ביי אנדערע איז בעסער, בעסער איז אין ערגעץ נישט, בעסער קען ווערן ביי דיר אין מח; אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, אז דו וועסט האבן סבלנות - וועט דיר גוט ווערן, ביי דיר אין קאפ קען ווערן גוט.


א נארישקייט צו קוקן אויף אנדערע. דיינע חברים האבן גארנישט בעסער פון דיר, אז איינער וועט דיר זאגן ער האט יא שלום בית - איז דאס ווייל ער ארבעט אויף זיינע מידות און ער לעבט מיט אמונה, און אז דו וועסט חזר'ן די הייליגע אמונה, דו וועסט גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלונגענקייט און איר נישט געלונגענקייט, אלעס איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט וועט דיר ווערן גוט, און ווי לאנג דו וועסט זיך עסן דיינע קישקעס אז דיינע חברים האבן שיינע ווייבער, דיינע חברים האבן שיינע שטובער - ביסטו א גרויס רחמנות.


וואס ווייסט א מענטש וואס איז גוט פאר אים? מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אז דו האסט חתונה געהאט מיט איר - איז דאס דיין ווייב לויט דיין שורש נשמה און אויף דיר ליגט די ארבעט פון זוכן אין איר גוטס און איר פרייליך מאכן, דאס איז דיין מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דו ביסט נישט גערעכט; מיט אלעס ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין ווייב, מיט אלע אירע שוואכקייטן - ביסטו נישט גערעכט. ווייל מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן. דער מאן קען מאכן א גוטע שלום בית, דער מאן קען אויפבויען די ווייב און איר מאכן פאר די געלונגענסטע פרוי.


טייערער ברודער הער א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן אונז, (שבת נג:): "מעשה באדם אחד שנשא אשה גידמת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "ולא הכיר בה עד יום מותה", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט, "כמה צנוע אדם זה שלא הכיר באשתו", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס אז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


ברודער, די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - איז דיין עצה. דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זוכט אויף גוטס, אפילו אין א רשע - ווערט יענער אויס רשע. דאס איז ביי יעדע זאך, אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן, אז מען זוכט גוטס אין די ווייב, מען קוקט נאר אויף די גוטס - וועט זי ווערן גוט. קוק אויף דיין ווייב ווי אויף א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען קאכט, מען רוימט, מען מאכט און מען טוט, לערן איר אויס, בוי איר אויף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; א מאן וואס בויט אויף די ווייב, האט רחמנות אויף איר - וועט זי דיר ווערן געטריי, זי וועט דיר אלעס טון.


קלאפ דיין מויל, רעד נישט פון יענע מעשה, וואס ווייסטו וואס מענטשן ליידן אין לעבן מיט שווערע ביטערע מחלות? וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט דעם אלעם?! מוהרא"ש האט אונז דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל איינגעדרימלט און זיך גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.