שאלה אין קורצן ענין
#11 - ווי אזוי מאך איך אז מיין מאן זאל זיך אויסקומען מיט מיין טאטע?
שלום בית, שווער און שוויגער, חיזוק פאר פרויען, קאמפלימענטס, רעדן, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי איך קען מאכן אז מיין מאן זאל זיך בעסער אויסקומען מיט מיין טאטע, ער געבט זיך ממש נישט קיין עצה מיט אים, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


מיר האבן חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, און איך וויל אזוי שטארק ער זאל האבן א גוטע קשר מיט מיין טאטע, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ל' שובבי"ם, ט"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אזוי ווי אהרן הכהן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) ער האט משנה געווען מפני השלום. ראובן איז געווען צעקריגט מיט שמעון זיי האבן נישט גערעדט איינער מיטן צווייטן, האט ער געזאגט פאר ראובן: "שמעון וויל זייער שטארק מאכן שלום, ער שעמט זיך נאר פון דיר, ער האט דיך זייער ליב", און אזוי האט ער געטון מיט שמעון, ער האט אים געזאגט: "ראובן וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר, אבער ער שעמט זיך"; ביז זיי האבן זיך געטראפן איינער מיטן צווייטן און שלום געמאכט.


זאגט אייער מאן ווי שטארק אייער טאטע האלט פון אים, און פאר אייער טאטע זאלט איר זאגן אז אייער מאן רעדט זייער שיין פון אים, און אפילו איינער האט וויי געטון דעם צווייטן - קען מען נאכאלץ זאגן שיינע ווערטער, ווי: "יענער האלט פון דיר, ער האט זיך פארלוירן - האט ער געזאגט וכו', אבער ער מיינט נישט".


דורכן געבן א גוט ווארט פון איינעם צום צווייטן קומט נישט ארויס קיין שאדן, עס קומט ארויס נאר גוטס, און מען דארף נישט מורא אז יענער וועט זאגן עס איז נישט אמת, און אויב איינער איז אביסל שארפער פונעם צווייטן, זאגט מען יענעם: "מיין מאן איז זייער הייקל, ער קען נישט נעמען די וועג פון רעדן שטארק", אדער מען זאגט פאר'ן מאן: "מיין טאטע איז זייער הייקל, ער נעמט יעדע זאך פערזענליך, זאלסטו פרובירן מער אכטונג געבן"; א פרוי מיט אביסל שכל - קען מאכן איר מאן מיט איר טאטע זאלן זיין זייער נאנט.


ווען איר צינדט ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן אייער משפחה, און פאר ערליכע דורות; ווייל וואס תפילה פועל'ט קען מען נישט פועל'ן מיט קיין שום אנדערע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס קען איך טון צו קענען לעבן געהעריג מיט מיין ווייב?
שלום בית, רפואה, תפילה והתבודדות, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א חסידישער אינגערמאן, און איך האב ב"ה א גוטע און וואוילע ווייב, אבער זייט מיין חתונה מוטשען מיר זיך שוין אז זי קען נישט לעבן מיט מיר געהעריג צוזאמען. מען האט מיר גלייך נאך די חתונה צוגערעדט איך זאל זיך גט'ן, איך האב אבער באשלאסן אז איך וועל דאס נישט טון, נאר איך וועל פרובירן מיט אלע כוחות עס צו מאכן ארבעטן.


זי קומט פון א צעבראכענע משפחה, און זי איז געטשעפעט געווארן דורך א ברודער א מנוול, און דאס האט צעשטערט איר לעבן. מיט די יארן איז עס געווארן אביסל בעסער, אבער מיר ליידן נאך אסאך פון דעם. זי נעמט מעדעצינען און מיר זענען געגאנגען צו טערעפי, ס'האט אבער נישט צופיל געהאלפן, איז דא נאך עפעס וואס מיר קענען טון דערצו? זי איז א גוטע ווייב וואס פרובירט דאס בעסטע וואס זי קען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ערשטע עצה איז תפילה, בעט דעם אייבערשטן זי זאל פארגעסן פון איר עבר, זי זאל ווערן א נייע מענטש; ביים אייבערשטן איז אלץ מעגליך, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


אויב דו ווילסטו באמת העלפן דיין ווייב - זאלסטו איר אויפבויען, איר שטענדיג אויסרימען און געבן גוטע ווערטער, ביז זי וועט ווערן א געזונטע מענטש.


הער אויף מיט די אלטע ווערטער, איר קלאפן און איר שוואך מאכן אז זי איז א פראבלעם, אז זי איז נישט געזונט; פון הערן אז מען איז נישט געזונט, פון דעם אליינס ווערט מען נישט געזונט. הייב איר אויף מיט גוטע ווערטער, ווער נישט מיד פון געבן גוטע ווערטער. דאס וועסטו קענען טון נאר אז דו וועסט טאקע האלטן פון איר; זוך אין איר גוטס, זוך אין איר רחמנות - וועסטו זען אן אנדערע בילד, אזוי וועסטו איר קענען אויסהיילן.


וויסן זאלסטו, מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען יעדן איינעם אויסהיילן. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג) די מעשה פונעם קעניג דער אכזר וואס האט געהייסן שיסן אלע צען פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע צען סמ'ען אינעם בת מלכה, מען האט אזוי געטון, מען האט אין איר אריין געשאסן אלע סארט פיילן באשמירט מיט אלע סמ'ען ביז די בת מלכה איז געפאלן חלשות; דאס גייט ארויף אויף נשמות ישראל וואס דער מלך האכזר, דער סמ"ך מ"ם זוכט איר צו פארכאפן און ווען ער זעט אז עס גייט נישט שיסט ער אריין אין איר אלע סארט פיילן, דאס מיינט ער ווארפט אראפ דעם איד אין אלע צען טומאות רחמנא לצלן ביז דער איד פאלט חלשות, "און איך" - האט דער רבי געזאגט - "הייל זי, איך האב די כח ארויס צו נעמען דעם איד פון אלע סארט טומאות, פון אלע בלאטעס".


פארשטייט זיך עס גייט נישט אין איין מינוט, אויפבויען נעמט צייט, מען דארף האבן אסאך סבלנות; ווען דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער און איר אויפבויען וועסטו נאך נישט זען קיין ענדערונג, אבער מיט אסאך געדולד וועסטו עס מאכן, דו וועסט איר אינגאנצן אויסהיילן.


איך האב שוין בייגעוואוינט ביי אסאך פעלער, וואס מען האט געהאט די פראבלעם וואס דו האסט; די ווייב האט נישט געוואלט האבן מיט'ן מאן השם ישמרינו און זיך אלץ ארויסגעדרייט מיט תירוצים וכו', און מיט סבלנות און מיט דעם רבינ'ס עצות פון זוכן גוטס און אויפבויען האט זיך אלעס איבערגעדרייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס וואשט די הענט צופיל מאל?
חינוך הילדים, קינדער, ספיקות, קאמפלימענטס, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זעקס יעריגער אינגל איז ברוך ה' א געזונט גוט קינד, ער שפילט גוט און ער לערנט פלייסיג ברוך ה'.


ער האט געזאגט פאר מיין ווייב אז ווען ער קומט ארויס פון בית הכסא געדענקט ער נישט אויב ער האט שוין געוואשן די הענט, און ער וואשט אסאך מאל איבער די הענט ווייל ער ווייסט נישט אויב ער האט שוין גענוג געוואשן. מיין ווייב האט אים געזאגט אז מען וואשט נאר די הענט איין מאל ווען מען קומט ארויס פון בית הכסא, און נאכדעם דארף מען נישט נאכאמאל וואשן, אויב מען וואשט מער פון דעם איז שוין פון דעם יצר הרע.


זאל איך עס לאזן ביי דעם, אדער איז דא נאך עפעס וואס איך דארף טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט קיין עסק פון דעם, דו געב אים אסאך גוטע ווערטער, אז ער איז א וואויל קינד, אן ערליך קינד; געב אים אסאך גוטע ווערטער - וועסטו האבן אסאך נחת, ער וועט אויסוואקסן געזונט און ערליך.


מען מוז געבן אסאך אסאך גוטע ווערטער פאר קינדער, עס האט נישט קיין שיעור וויפיל; אנדערע מצוות גייט אלעס מיט שיעורים, א לולב דארף זיין כך וכך טפחים, אן אתרוג טאר נישט זיין קלענער ווי אן איי, א סוכה דארף זיין נישט קלענער פון צען טפחים, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער - איז אָן א שיעור, מען מוז געבן אסאך גוטע ווערטער, און נאר אזוי וואקסן זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - פארוואס ווארפט א קינד צוריק א קאמפלימענט?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, שמחה, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך נוץ ברוך ה' די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז ווי אזוי מחנך צו זיין די טייערע קינדערלעך.


איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, עס זענען דא קינדער וואס ווען איך געב זיי א קאמפלימענט, "דו ביסט זייער א וואויל אינגל", וועלן זיי אלץ ענטפערן, "איך בין נישט א גוטע אינגל"; אדער צום ביישפיל ווען איך זאג איינעם, "דו קענסט זייער שיין מאלן און קאלירן", וועט ער צוריק זאגן, "נישט אמת, איך קען נישט, איך קאליר זייער נישט שיין", און דאס גלייכן.


פון וואס קומט דאס? און ווי אזוי דארף איך רעאגירן צו דעם, אדער זאל איך זיך נישט וויסענדיג מאכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס איז פשט אז מען געבט א גוט ווארט פאר א קינד און ער זאגט: "דאס איז נישט אמת"?


עס קען זיין אפאר סיבות; אדער אז דער קינד האט אסאך געהערט שלעכטע ווערטער, עס קלינגט אים אין קאפ 'ביסט נישט גוט, ביסט א שלעכט קינד', און יעצט ווען ער באקומט א גוט ווארט, מען זאגט אים "ביסט גוט" - קלינגט אים די נישט גוטע ווערטער, דערפאר ווארפט ער דאס צוריק. אויך קען זיין אז מען איז מחנך קינדער מיט שקר, מען זאגט זיי שטענדיג "זיי ווי דעם קינד", "פארוואס ביסטו נישט ווי יענעם?" "איך וויל דו זאלסט זיין ווי דעם קרוב, דעם שכן"; איז אפילו מען זאגט אים נישט דירעקט אז ער איז שלעכט, ווייסט ער אבער ביי זיך 'כל זמן איך בין נישט ווי יענעם - בין איך שלעכט'.


אמאל קען אויך זיין א קינד וואס איז זייער הונגעריג פאר די גוט ווארט, און ער וויל דאס נאכאמאל הערן, דעריבער מאכט ער דאס אוועק, ער האפט אז מען וועט אים דאס נאכאמאל זאגן.


ווער נישט דערשראקן ווען א קינד ווארפט צוריק דעם גוט ווארט, געב א שמייכל און זאג אים נאך עפעס א גוט ווארט, ווייל גוטע ווערטער איז פון די וויכטיגסטע זאכן פארן לעבן, בפרט פאר קינדער, די גוטע ווערטער עפנט זייער מח און הארץ.


אויך זאלסטו שמייכלען צו דיינע תלמידים; דאס וועט זיי עפענען די מח און הארץ, זיי וועלן קענען מקבל זיין וואס דו לערנסט מיט זיי.


מוהרא"ש האט מיר אלץ געזאגט: "דו ביסט צו ערנסט, דיינע תלמידים וועלן זיך דערשרעקן און נישט קענען מקבל זיין", (ווען איך פלעג קומען צו מוהרא"ש - בין איך אלץ געקומען מיט אן ערנסטקייט). אזויפיל מאל האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "געב א שמייכל, זינג מיט דיינע תלמידים, מאך זיי פרייליך", נאר אזוי איז דא מוחין מקבל צו זיין וואס מען לערנט מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס פארשטייט נישט דאס לערנען?
חינוך הילדים, סבלנות, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס פרובירט זייער שטארק צו לערנען און מיטהאלטן, אבער עס גייט אים נעבעך נישט; וואס קען איך טון מיט אזא קינד? וויפיל איך פרוביר אים מסביר צו זיין, ווייסט ער בכלל נישט וואס איך וויל פון אים, איך זאג אים איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און ביז ער כאפט שוין ענדליך א זאך, האט ער שוין פארגעסן די פריערדיגע זאכן.


נאך א זאך, איך מאך בחינות אין קלאס, און די קינדער האבן שטארק הנאה דערפון, און א קינד וואס פארשטייט שווער לערן איך מיט אים די שאלה און די תשובה, און ער שרייבט עס אראפ. איך בין מקפיד אז ווען איך צייכן די בחינות זאל קיינער נישט קוקן און נישט קומען צו מיין טיש, נאר דער קינד וועמענ'ס בחינה עס איז מעג מיטהאלטן, און פארגאנגענע וואך האב איך צוגעשריבן א קאמפלימענט אויף די בחינה פון אזא קינד, "ביסט ווערד מיליאנען!!!", און אזוי ווי דאס קינד מוטשעט זיך היבש, האט ער ממש געוויינט פון פרייד און התרגשות, אז דער רבי האט געשריבן אויף אים אזא שיינע קאמפלימענט, ער קען זיך נישט בארואיגן פון דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף די געפילן פון די קינדער, דו געבסט זיי גוטע ווערטער, דו בויסט אויף זייער נפש; דאס איז ביים אייבערשטן אזוי טייער און אזוי דערהויבן.


האב סבלנות צו די קינדער, און אז א קינד פארשטייט נישט - זאלסטו אים נישט פארשעמען, און אז ער וויל פארשטיין - זאלסטו לערנען מיט אים, און אז ער פרעגט נאכאמאל - זאלסטו אים נאכאמאל זאגן; דאס איז אויב דער קינד בעט דיר זאלסט מיט אים לערנען, און אויב דער קינד בעט נישט - זאלסטו אים נישט מוטשען צו פארשטיין, נאר לאז אים זיצן אין כיתה. אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמה, סעיף ט): "אֲפִלּוּ תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ מֵבִין לִקְרוֹת", א קינד וואס פארשטייט נישט, "לֹא יְסַלְּקוּהוּ מִשָּׁם", זאל מען נישט אוועק שיקן, "אֶלָּא יֵשֵׁב עִם הָאֲחֵרִים", מען זאל אים לאזן זיצן מיט די קינדער, "אוּלַי יָבִין", וועט ער פארשטיין.


געב אלע קינדער גוטע ווערטער, זאג יעדן איינעם שטילערהייט: "דו ביסט מיין בעסטער תלמיד", און אויב די קינדער וועלן דיר פרעגן: "דער רבי זאגט עס פאר נאך קינדער..." זאלסטו זיי זאגן: "אמת, איך האב נאר בעסטע תלמידים", און פאר די קינדער וואס האבן נישט קיין שטארקע הבנה, זיי זאלסטו נאך מער מקרב זיין און זיי אויפבויען, דאס וועט זיי געבן כח פאר זייער גאנצע לעבן, זיך צו קענען שלאגן מיט די שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס איז אינערליך אנגעצויגן?
חינוך הילדים, רפואה, סבלנות, קינדער, קאמפלימענטס, זעלבס זיכערקייט, שכל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן מיין צען יעריג אינגל; ער ליידט פון אינערליכע אנגעצויגנקייט, ער ווערט זייער שנעל אויפגערעגט, און זיינע געשוויסטער ליידן אסאך מאל פון דעם.


ער איז ברוך ה' א לעכטיג קינד, מיר האבן אבער געהאט א פראבלעם אז ער האט זיך זייער שפעט אויסגעלערנט צו גיין אין בית הכסא, און עס קען נאך יעצט פאסירן זאכן, ספעציעל ווען מען גייט צו א שמחה אדער א פלאץ וואס איז אים זייער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן, שוין אפגערעדט פון ביינאכט אז ער זאל זיך אויפוועקן צו גיין ווען ער דארף. נעכטן איז מיין ווייב געווען מיט אים ביים דאקטער פאר א יערליכע אונטערזוכונג און דער דאקטער זאגט אז מען זאל אים טראגן צו א פסיכיאלאג.


איך האב געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מיר זאלן טון.


פון ווען ער איז יונג שרייען מיר זייער אסאך אויף אים, ווייל ער איז א קינד וואס נעמט זייער שנעל ארויס פון די כלים. איך פלעג אים זייער אסאך קריטיקירן, אבער יעצט איז שוין ברוך ה' אסאך אסאך בעסער. עס איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן רואיג, ספעציעל מיט דעם קינד. ברוך ה' עס איז אסאך בעסער פון אמאל, אבער עס איז נאכאלץ ווייט פון ווי אזוי עס דארף זיין.


פאר מיר אליין טוט זייער שטארק וויי יעדעס מאל וואס איך געב א שריי אויף אים, אסאך מאל שפיר איך ממש ווי איך קען עס נישט דורכטראגן אז איך האב געשריגן אויף אים. זייער אסאך מאל פיל איך ווי איך וויל אים ממש אנפראסקענען, ברוך ה' אז דאס געשעט נישט.


פון די אנדערע זייט קען ער אבער אויך זייער אסאך מאל אהיימקומען זייער רואיג, ער פירט זיך אויף ממש ווי די וואוילסטע אינגל, ער האט זייער אסאך מאל זיין קאפ אויפ'ן פלאץ און ער קען זייער שיין ארויסהעלפן אינדערהיים.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן מיט דעם. איך וואלט זייער געוואלט צוריק באקומען אן ענטפער וואס שנעלער.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אליין דעם ענטפער, ווייל פון שרייען און דערנידערן א קינד - דורכדעם ווערט דאס קינד אינערליך אנגעצויגן און נישט זיכער מיט זיך, און דאס איז אויך גורם די אלע פראבלעמען וכו' וכו'. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות כעס, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך כעס געבוירט מען קינדער שוטים; ווייל דאס שרייען און דאס דערנידערן לאזט זיי נישט ווערן אנטוויקלט וכו' וכו'.


ענדערש זאלסטו אים געבן אסאך כבוד, אים אויפבויען; זאגן: "ביסט אזוי גוט", "ביסט אזוי געשיקט", "ביסט אזוי געלונגען", און ווען ער טוט זאכן שטייט און דו ווילסט שרייען, זאלסטו אים אויסלויבן; זאג אים: "ווי גוט ביסטו", "ווי שנעל טוסטו". דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", ווי ווייניגער שכל מען האט - דארף מען מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל די וואס האבן ווייניג שכל - דארפן מער כבוד; דאס איז די וועג פון קליגע עלטערן, שטענדיג אויסלויבן די קינדער.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט מקבל זיין די שכל פון צדיק וואס לערנט אונז ווי זיך אומגיין מיט די קינדער, רחמנות האבן אויף די קינדער; ווייל נאר אז מען האט שכל פון צדיקים האט מען רחמנות אויף די קינדער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו", ווער עס האט נישט רחמנות אויף זיינע קינדער, "בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בַּשֵּׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל; ווייל מען טאר נישט קלאפן קינדער, מען טאר נישט דערנידערן קינדער, און אז קינדער נעמען ארויס פון די כלים - דארף מען זיי מחנך זיין מיט סבלנות און מיט זיכערקייט, נישט מיט געשריי און מיט דערנידערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס ווארפט צוריק א קאמפלימענט?
חינוך הילדים, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און איך פרובירט צו לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל פרעגן וואס צו טון מיט א אינגל אין מיין קלאס וואס יעדעס מאל ווען איך געב אים א קאמפלימענט אינמיטן דאווענען אדער לערנען אז ער דאווענט אדער לערנט שיין אדער סיי וואס, ווארפט ער אלץ צוריק די קאמפלימענט, און לכבוד דעם הערט ער גאר אויף צו טון די גוטע זאך וואס ער טוט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זענען דא קינדער וואס ווייסן נישט ווי אזוי צו נעמען גוטע ווערטער, און ווען זיי הערן גוטע ווערטער, אנשטאט דאס אראפשלינגען - וועלן זיי אנהויבן טון מאדנע זאכן, אדער דאס פארקערטע.


אז דער קינד טוט פונקט פארקערט - זאלסטו אים געבן די קאמפלימענטן פריוואט, געב אים נישט קיין קאמפלימענטן ברבים; פריוואט וועט ער דאס קענען פארדייען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - בין איך מחויב צו טון אלעס אליין אינדערהיים?
שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, סבלנות, תודה והודאה, קאמפלימענטס, קנאה, עונשים, יענער, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך אביסל אויסרעדן איבער די שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער אינדערהיים, אונזער שלום בית טויג נישט, עס איז נישטא קיין שטארקע ליבשאפט ביי אונז.


וואס קען איך טון אז איך שפיר זיך ווי דער משרת אינדערהיים, איך שפיר אסאך מאל ווי איך בין סיי דער טאטע און סיי די מאמע אין הויז, איך פארשטיי אז עס איז יעצט שווער פאר מיין ווייב צו טון אלעס, אבער איך שפיר ווי איך ווער צופיל אויסגענוצט, איך דארף אלעס מסדר זיין, צושטעלן עסן, רייניגן, און אזוי ווייטער, אלע זאכן וואס א געווענליכע פרוי וואלט ווען געדארפט צו טון אינדערהיים.


ווען די קינדער דארפן גיין צום דאקטער, דארף איך זיי נעמען, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג. איך בעט איר זי זאל כאטש מאכן דעם אפוינמענט ביים דאקטער, אבער זי פייפט מיר אן. איך קום אהיים און דאס קינד איז שמוציג ביז ארויף און איך דארף זויבערן און אפבאדן. ווען איך רוים אויף העלפט זי מיר אביסל, אין די צייט וואס עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, וואס איך טו ווערט געטון, און וואס נישט נישט. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך דארף פשוט א נארמאלע הויז, וואו מען געבט זיך אפ נארמאל מיט די קינדער און מיט די הויז.


איך קום פון א נארמאלע צוזאמגענומע שטוב, אלס בחור האב איך געהאט גרויסע השגות, איך האב געהאט חלומות פון א שיינע באלעבאטישע שטוב, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון, אבער איך דארף כאטש א מינימאלע נארמאלע הויז, איך פיל ווי זי איז גארנישט גרייט צי טון פאר מיר. איך האב זייער ליב צי זען מיין ווייב אמאל שיין אנגעטוען ווי א אידישע פרוי דארף אויסקוקן, אבער איך האב דאס נאר ווען מען מוז גיין צו א שמחה, זי איז גאר נישט גרייט צו טון, איין טאג איז געווען א שיינע וועטער האב איך איר געפרעגט אויב זי וויל זיך אנטוען און ארויס גיין מיט מיר אביסל שפאצירן, אבער דאס אויך נישט.


איך טו פאר איר זייער אסאך, און פאר די הויז און די קינדער טו איך דאס רוב, ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט קומט עס זי זאל מיר מאכן עפעס א טרינקען אדער עסן, אבער עס איז פארקערט איך מאך איר א קאווע, שפעטער מאך איך איר עסן, איך פיל ווי עס איז נישט יושר, עס איז נישט אז אמאל איז געווען גוט און פשוט יעצט ווייל זי פילט נישט גוט קען זי נישט, ווי איך געדענק זייט די חתונה האב איך נאר געגעבן און גארנישט באקומען.


עס קומט נארמאל אז א פרוי זאל האבן א געשמאק אין אהערשטעלן א שיינע געשמאקע סעודה, האבן א טאלאנט אראפצולייגן א געשמאקע שיינע טעלער עסן צום טיש, זי איז אבער בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, אלעס איז א גאנצע טובה געטון. איך דארף זיך בעטן ביי איר, און איך שפיר ווי איך האב יעצט אויפגעשטעלט אן אלטע באבע וואס רירט זיך מיט די לעצטע כוחות, ווען זי בעט אבער עפעס פון מיר מוז איך עס גלייך טון אויפ'ן ארט מיט'ן גרעסטן חשק.


לאמיר זאגן חס ושלום אז איינעמ'ס ווייב איז נעבעך קראנק געווארן, זי קען גארנישט טון, און דער מאן איז איר געטריי, דעמאלט איז אנדערש, ווייל למעשה איז זי געווען געטריי פאר אים אלע יארן, און יעצט נעבעך איז זי קראנק. איך האב אבער גארנישט באקומען פון מיין ווייב. עס איז מיר זייער שווער, אסאך מאל טראכט איך אז עס איז מיר שוין געווען גרינגער אלס בחור, איך האב זיך געדרייט און געפרייט, יעצט ארבעט איך ביטער שווער אויפצושטעלן א משפחה.


איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער איך טראכט צוריק פון אלע מיינע חברים, איך האלט נישט אז זיי האבן אזוי שלעכט חתונה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר דאס.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט מקנא אנדערע. קלאפ ארויס פון קאפ אז ביי אנדערע איז בעסער, בעסער איז אין ערגעץ נישט, בעסער קען ווערן ביי דיר אין מח; אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, אז דו וועסט האבן סבלנות - וועט דיר גוט ווערן, ביי דיר אין קאפ קען ווערן גוט.


א נארישקייט צו קוקן אויף אנדערע. דיינע חברים האבן גארנישט בעסער פון דיר, אז איינער וועט דיר זאגן ער האט יא שלום בית - איז דאס ווייל ער ארבעט אויף זיינע מידות און ער לעבט מיט אמונה, און אז דו וועסט חזר'ן די הייליגע אמונה, דו וועסט גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלונגענקייט און איר נישט געלונגענקייט, אלעס איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט וועט דיר ווערן גוט, און ווי לאנג דו וועסט זיך עסן דיינע קישקעס אז דיינע חברים האבן שיינע ווייבער, דיינע חברים האבן שיינע שטובער - ביסטו א גרויס רחמנות.


וואס ווייסט א מענטש וואס איז גוט פאר אים? מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אז דו האסט חתונה געהאט מיט איר - איז דאס דיין ווייב לויט דיין שורש נשמה און אויף דיר ליגט די ארבעט פון זוכן אין איר גוטס און איר פרייליך מאכן, דאס איז דיין מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דו ביסט נישט גערעכט; מיט אלעס ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין ווייב, מיט אלע אירע שוואכקייטן - ביסטו נישט גערעכט. ווייל מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן. דער מאן קען מאכן א גוטע שלום בית, דער מאן קען אויפבויען די ווייב און איר מאכן פאר די געלונגענסטע פרוי.


טייערער ברודער הער א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן אונז, (שבת נג:): "מעשה באדם אחד שנשא אשה גידמת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "ולא הכיר בה עד יום מותה", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט, "כמה צנוע אדם זה שלא הכיר באשתו", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס אז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


ברודער, די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - איז דיין עצה. דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זוכט אויף גוטס, אפילו אין א רשע - ווערט יענער אויס רשע. דאס איז ביי יעדע זאך, אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן, אז מען זוכט גוטס אין די ווייב, מען קוקט נאר אויף די גוטס - וועט זי ווערן גוט. קוק אויף דיין ווייב ווי אויף א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען קאכט, מען רוימט, מען מאכט און מען טוט, לערן איר אויס, בוי איר אויף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; א מאן וואס בויט אויף די ווייב, האט רחמנות אויף איר - וועט זי דיר ווערן געטריי, זי וועט דיר אלעס טון.


קלאפ דיין מויל, רעד נישט פון יענע מעשה, וואס ווייסטו וואס מענטשן ליידן אין לעבן מיט שווערע ביטערע מחלות? וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט דעם אלעם?! מוהרא"ש האט אונז דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל איינגעדרימלט און זיך גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#3 - ווי אזוי נעמט מען ארויס די פוילקייט פון די ווייב?
שלום בית, סבלנות, אמונה, אידישע שטוב, סדר היום, קאמפלימענטס, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זייער פיין חתונה געהאט, מיט א וואוילע און ערליכע ווייב, אבער זי איז זייער שטארק געשלאגן אין פוילקייט, אויף עפעס א נישט נארמאלן אופן. איך קום פון זייער א זויבערע און צוזאמגענומענע שטוב, און עס שטערט מיך זייער שטארק ווי ווייט פארקערט זי איז פון דעם.


שוין זייט מיין חתונה בין איך דער וואס רוימט אויף די הויז יעדע וואך, ווייל אויב נישט וועט עס נישט ווערן אויפגערוימט. איך וואש די געשיר ווייל אויב נישט וועט עס בלייבן שמוציג אין די קראן פאר עטליכע טעג. איך גרייט אן עסן אין שטוב, ווייל אויב נישט וועט עס קיינער נישט צוגרייטן. אויסער דאס וואשן וואש, טוט מיין ווייב כמעט גארנישט אינדערהיים.


איך האב שוין פרובירט אסאך מאל איר צו געבן גוטע ווערטער אויף וואס זי טוט יא, איך זאג איר א גאנצן צייט אז זי איז גוט און אז איך בין זייער צופרידן מיט איר, און אז עס שטערט מיר בכלל נישט ווי אזוי זי פירט זיך אויף, אבער באמת שטערט עס מיך יא זייער שטארק.


אויסער דעם וואס מיין ווייב האט ליב אריינצוציען די נאכט ביז אין די גאר שפעטע שעות און אויפשטיין ערשט איינסע אדער צוויי אזייגער נאכמיטאג, און עס שטערט מיך די פארדרייטע סדר היום.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן ווי פריער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס לעבן איז א שווערע זאך, עס איז בכלל נישט גרינג, מען קען זיך אבער גרינג מאכן אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען גלייבט אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן; די ווייב, די קינדער - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, און אז מען האט אסאך סבלנות - קען מען זען שיינע זאכן.


מיט געדולד און ליבשאפט קענסטו איר אויפבויען אז זי זאל טון די שטוב ארבעט. עס לוינט זיך צו האבן סבלנות, צו קוקן גוט און איר אויפבויען. עס איז אפשר א לענגערע וועג, אבער עס איז פון די אנדערע זייט א גרינגערע וועג ווי צו נעמען די קורצע וועג און טראכטן פון זיך גט'ן, און נאכדעם דארפן אריבערגיין די לאנגע ביטערע וועג.


יעדער איינער מוטשעט זיך אין לעבן, נישטא איינער וואס ביי אים איז דאס לעבן גוט און גרינג, יעדער איינער מוטשעט זיך; נאר דער וואס אנטלויפט צום אייבערשטן און צו די תורה - דער לעבט א גוט לעבן.


דעריבער ליבער ברודער, זיי פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און זוך גוטס אין דיין ווייב. בוי איר אויף, שטארק איר, זאג איר אסאך גוטע ווערטער. פאר יעדע מאל וואס זי האט געהערט אלס קינד די שלעכטע ווערטער: "ביסט גארנישט ווערד", "פון דיר וועט גארנישט זיין", "טויגסט אויף גארנישט" - זאלסטו איר זאגן טויזנטער מאל: "ביסט יא", "פון דיר וועט נאך זיין שיינע זאכן", "ביסט אזוי גוט און אזוי וואויל" - אזוי וועט זי ווערן אויפגעבויט.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זי זאל האבן חן אין דיינע אויגן און דו זאלסט נושא חן זיין ביי איר, עס זאל זיין שלום צווישן אייך; אזוי וועט די שכינה רוען צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - יעדעס קינד קען מען מאכן פאר א שלעכטער אדער פאר א צדיק
חינוך הילדים, מלמדים, קאמפלימענטס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די ענטפער אויף דעם וואס איך האב אנגעפרעגט וואס צו טון מיט די קינדער אין מיין כתה וואס האבן געקוקט שמוציגע זאכן.


איך האב געטון וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן, און אלעס האט זיך ברוך ה' זייער גוט אויסגעארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו בויסט אויף די קינדער, דו געבסט זיי א וועג זיי זאלן אויסוואקסן צדיקים.


וויסן זאלסטו, מען קען מאכן יעדן קינד פאר א שלעכט קינד און מען קען מאכן יעדן קינד פאר א צדיק; עס ווענדט זיך אינעם מלמד, עס ווענדט זיך וואס פאר א ניגון דער מלמד זינגט פאר'ן קינד. ווען דער קינד הערט טאג און נאכט: "ביסט וואויל", "ביסט ווערד", "ביסט טייער", "קענסט יא", "קענסט גוט", "וועסט זיין א צדיק" - דער ניגון וועט אים מאכן פאר א צדיק, אנדערש איז ווען ער הערט קוֹל עֲנוֹת חֲלוּשָׁה (שמות לב, יח), מען קלאפט אים, מען זאגט אים: "ביסט גארנישט ווערד", "דער אייבערשטער דארף דיך נישט", "דו ביסט א שלעכט קינד", "ביסט אן עקלדיג קינד" - איז דא א קליינע האפענונג אז עפעס זאל ווערן פון דעם קינד.


די הייליגע חכמים זאגן אויפ'ן פסוק (ויקרא יט, ב) "קְדשִׁים תִּהְיוּ", הייליג זאלט איר זיין, "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם", (ויקרא רבה כד, ט): "יָכוֹל כָּמוֹנִי, תַּלְמוּד לוֹמַר כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי", טייטשן די צדיקים דאס אויס נישט בלשון פראגע: "יָכוֹל כָּמוֹנִי?" נאר דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער: "יָכוֹל", דו קענסט זוכה זיין צו קומען "כָּמוֹנִי" - צו די גרעסטע, העכסטע און הייליגסטע מדריגות, ווי אזוי? "תַּלְמוּד לוֹמַר", זאלסט אסאך זאגן און חזר'ן: "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי" – "איך בין הייליג", "איך בין גוט", "איך בין א איד", "איך בין א חלק פונעם אייבערשטן", "דער אייבערשטער האט מיך ליב", "דער אייבערשטער דארף מיך יא"; דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע, העכסטע און הייליגסטע פלעצער.


דאס איז זייער וויכטיג פאר מלמדים צו וויסן, זיי זאלן אסאך זאגן פאר די קינדער גוטע ווערטער, זיי רופן מיט שיינע לשונות, די קינדער זאלן וויסן: "כִּי קָדוֹשׁ אֲנִי", און אפילו מען זעט אמאל א קינד פירט זיך נישט אויף גוט, מיינט נישט צו זאגן אז דער קינד איז נישט גוט, אדרבה, עס קען גאר זיין אז דער קינד איז גאר גוט און טאקע פארדעם פארלייגט זיך דער יצר הרע אויף אים, דער אריז"ל זאגט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך מער אויף די קינדער וואס זענען שורשי נשמות.


אונזער ארבעט איז צו זיין אזוי ווי די ערליכע פרויען שפרה און פועה, וואס זיי האבן געמאכט לעבן אידישע קינדער אין מצרים. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תחומין הלכה ו, אות יח) די צדיקים ווערן אנגערופן "מְיַלְּדוֹת הָעִבְרִיּוֹת", ווייל זיי זענען עוסק צו לעבעדיג מאכן אידישע קינדער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יא:) וואס איז די נאמען שפרה און פועה? שִׁפְרָה, "שֶׁמְּשַׁפֶּרֶת הַוָּלָד", זי מאכט שיין דעם קינד, פּוּעָה, "שֶׁפּוֹעָה וּמְדַבֶּרֶת וְהוֹגָה לַוָּלָד כְּדֶרֶךְ הַנָּשִׁים הַמְפַיְּסוֹת תִּינוֹק הַבּוֹכֶה", זי רעדט צום קינד, אזוי ווי די סדר פון פרויען וואס רעדן שיין צום קינד, בארואיגן דאס קינד פון וויינען; זאגט רבי נתן, דאס טוען די צדיקים, 'שפרה' זיי מאכן שיין אידישע קינדער, זיי זוכן אויף אין אידישע קינדער גוטע זאכן, זיי זוכן נקודות טובות, זיי ווייזן פאר דעם מענטש 'קוק ביסט יא שיין, ביסט יא ווערד, האסט אין דיר אזויפיל גוטס'. אזוי אויך ווערן די צדיקים אנגערופן בלשון פועה, "כִּי כֵן הוּא מַמָּשׁ עִסְקֵי הַצַּדִּיקִים עִם יִשְׂרָאֵל", דאס איז דאך ממש וואס די הייליגע צדיקים טוען מיט אידישע קינדער, "שֶׁפּוֹעִין וְהוֹגִין וּמְדַבְּרִין עִמָּהֶן וְשׁוֹרְקִין וּמְצַפְצְפִין וּמְרַמְּזִין אֲלֵיהֶם", זיי רעדן, זינגען, פייפן, קוויטשקען און ווינקען, "לְחַזְּקָם", זיי צו שטארקן, "לְעוֹרְרָם", זיי אויפצואוועקן, "וּלְהַגְבִּיהָם", זיי אויפהייבן, "וְלַהֲרִימָם", זיי דערהייבן, "מִכָּל מִינֵי נְפִילוֹת וִירִידוֹת וְהַשְׁלָכוֹת שֶׁלָּהֶם", פון וואו זיי זענען אראפגעפאלן און פארווארפן, "שֶׁיִּזָּרְזוּ בְּכָל יוֹם וּבְכָל עֵת לְהִתְעוֹרֵר מֵחָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה' בְּכָל מַה שֶּׁיּוּכְלוּ לַחֲטֹף", זיי זאלן זיך שטענדיג אויפוועקן און אנהויבן פונדאסניי, "וְהוּא מַמָּשׁ כְּדֶרֶךְ שֶׁמְּפַיְּסִין תִּינוֹק הַבּוֹכֶה, שֶׁזֶּהוּ בְּחִינַת פּוּעָה", ממש אזוי ווי די פרויען וואס בארואיגן א קינד פון וויינען, "וְהַדְּבָרִים מוּבָנִים לְכָל אֶחָד לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ רַחֲמָנוּת הַצַּדִּיקֵי אֱמֶת עָלֵינוּ אֲשֶׁר עַל יָדָם ה' יִתְבָּרַךְ מְחַזֵּק וּמְנַחֵם אוֹתָנוּ", דאס איז זייער פארשטענדליך פאר די וואס ווייסן די רחמנות פון די אמת'ע צדיקים, וואס דורך זיי העלפט אונז דער אייבערשטער און טרייסט אונז, אזוי ווי עס שטייט: "כְּאִישׁ אֲשֶׁר אִמּוֹ תְּנַחֲמֶנּוּ כֵּן אָנֹכִי אֲנַחֶמְכֶם" וְכוּ'.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט גערעדט מיט די קינדער וואס דו האסט זיי געכאפט קוקן עבירות, זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט זיי געלערנט דאס נישט צו טון און זיי געזאגט אז זיי קענען תשובה טון, אזוי זאלסטו ווייטער טון; זאלסט אכטונג געבן די קינדער זאלן זיין הייליג, זאלסט זיי אויפבויען, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער האט זיי ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1 - וואס טו איך אז מיין שוויגער וויל נישט אין זאל דאווענען אין ברסלב?
שלום בית, שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, בית המדרש, משפחה, קאמפלימענטס, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יעדעס מאל וואס איך גיי דאווענען אין היכל הקודש, בין איך זיך נאכאמאל מחי' פון פריש, איך באקום א פרישע התחזקות צו דינען דעם אייבערשטן.


מיין ווייב האט נישט קיין פראבלעם איז איך גיי דארט דאווענען, אבער פאר מיין שוויגער שטערט עס יא, זי טענה'ט אז איך דארף גיין צו א געהעריגע מסודר'דיגע חסידות, און זי האלט אין איין מוטשען מיין ווייב דערוועגן, אז זי זאל מיר איבעררעדן איך זאל גיין ביי זייער חסידות, און דאס שטערט פאר מיין ווייב אז איר מאמע מאכט איר משוגע וועגן דעם.


וואס קען מען טון אין אזא מצב? מיין ווייב בעט מיר צומאל אז איך זאל גיין דאווענען מיט מיין שווער, און איך געב איר נאך, איז דאס די ריכטיגע וועג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת אויפ'ן רבי'ן; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו ווייסט פון רבי'ן און דיין ווייב איז דיר נישט קיין אפהאלט.


אויך זאלסטו איר דאנקען; דאנק איר און לויב איר, געב איר אסאך גוטע ווערטער. איינע פון די הויפט שליסלען פון האבן שלום בית איז געבן אסאך גוטע ווערטער, נישט זיין א קארגער ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער.


דיין שוויגער זאלסטו אויך באגיסן מיט גוטע ווערטער, זאג איר: "איך בין אזוי דאנקבאר אז איך האב באקומען א טייערע ווייב, איך האב ליב די משפחה, עס איז מיר אזוי גוט צו זיין דא"; שווער און שוויגער מישן זיך נישט אריין אינעם איידעמ'ס לעבן, זיי ווילן איין זאך, עס זאל זיין גוט פאר זייער טאכטער; ווען זיי זעען די טאכטער פרייליך און צופרידן, זיי זעען אז דער איידעם האט דרך ארץ - וועלן זיי שטיין אין די זייט און עסן די נחת.


דו זאלסט זיך פירן מיט די גרעסטע כבוד צו דיין שווער, זיי אים מכבד - וועט ער אנהויבן אויך דאווענען מיט דיר אין ברסלב, און דיין שוויגער וועט אויך קומען קיין ברסלב.


לאך נישט; איך האב דאס שוין געזען צענדליגער מאל, ווי עלטערן וואס זענען מתחילה געווען גרויסע מתנגדים - זענען מקורב געווארן דורך א זון, אדער אן איידעם - פון זען זייער דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.