שאלה אין קורצן ענין
#1 - 'בי"ת נצחי' איז אויך מסוגל פאר שלום בית?
שידוכים, שלום בית, סבלנות, אמונה, אידישע שטוב, סגולות, בית נצחי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אז דאס לערנען 'בי"ת נצחי', יעדן טאג א בלאט גמרא פון בבלי און ירושלמי מיט א פרק תוספתא, איז א סגולה צו באקומען אן אייגענע הויז; מיין שאלה איז אויב דאס איז אויך מסוגל פאר שלום בית, צו האבן אן אמת'ע הויז?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז זייער מחזק געווען אז מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא פון תלמוד בבלי, און א בלאט גמרא פון תלמוד ירושלמי מיט א פרק תוספתא, מוהרא"ש זאגט אז די דריי לימודים ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא איז די ראשי תיבות ב'י'ת', אז מען לערנט די דריי לימודים - בויט מען זיך א בית נצחי, אן אייביגע הויז, א הויז פאר די נשמה אין גן עדן.


מען זעט אז מענטשן לייגן אריין זייער גאנצע קאפ און מח צו האבן א אייגענע הויז, מען פארגעסט אז דאס איז נאר פאר אפאר יאר, ווייל אלע וועלן דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן, מען בלייבט נישט דא; דארף מען אויך זארגן פאר אן אייביגע הויז, פאר א 'בית נצחי', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג), אויבן אין הימל זענען דא נשמות וואס שרייען מיט א ביטערע קול געבט אונז עסן, מיר זענען הונגעריג, געבט אונז טרינקען מיר זענען דורשטיג, מען ברענגט זיי עסן, מען זאגט זיי דא האט איר פיינע עסן, מען ברענגט זיי טרינקען און מען זאגט זיי דא האט איר פיינע טרינקען, די נשמות שרייען ניין, ניין, נישט דאס מיינען מיר, נישט די עסן, מיר דארפן עסן פון לערנען און דאווענען. נאכדעם איז דא נשמות וואס שרייען ברענגט אונז קליידער, מיר דארפן זיך צודעקן, מען ברענגט זיי קליידער, מען זאגט זיי דא האט איר קליידער, זאגן זיי ניין, ניין, נישט די סארט קליידער דארפן מיר מיר דארפן קליידער פון מצוות און מעשים טובים, און דער רבי פירט אויס: "וואויל איז דער מענטש וואס עסט יעדן טאג פרקים משניות און טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות און מעשים טובים"; דאס וועט אים בלייבן דאס וועט ער מיט נעמען.


די בעסטע סגולה פאר שלום בית איז סובל זיין און מוותר זיין און זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, אזוי איז מען זוכה צו אן אמת'ע שלום בית, נישטא קיין סגולות ביי דעם, די בעסטע סגולה איז ביטול צום אייבערשטן, אזוי ווי עס איז געווען ווען מוהרא"ש איז געקומען אין ישיבה און געזאגט פאר די בחורים די סגולה פון מסכת תענית, אז אלע בחורים וואס וועלן לערנען פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה פערציג טעג יעדן טאג גאנץ מסכת תענית - וועלן טרעפן זייער שידוך, און איינער פון די צוהערער, א אינגערמאן וואס האט געזוכט עצות בעסער צו מאכן זיין שלום בית איז צוגעגאנגען פרעגן מוהרא"ש אויב ער וועט לערנען פערציג מאל מסכת תענית איז דאס אויך א סגולה פאר אים פאר א בעסערע שלום בית, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "פאר א גוטע שלום בית איז דא איין סגולה, זיין א וותרן אין שטוב".



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.