תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיר ווילן פרעגן וועגן גיין צו חנוכה פארטיס. אונזערע עלטערן קענען ווערן זייער וויי געטון אויב מיר גייען זיין די וואס קומען נישט, זיי ארבעטן אזוי שווער צו מאכן א פארטי, און זיי גייען ווערן זייער וויי געטון אויב מיר זענען די וואס צוברעכן עס, און אויך ווילן זיי זען די קינדער.
כאטש וואס ביי אונז אין ברסלב איז חנוכה צו זיין אינדערהיים פארברענגען, אבער ביי אונזער משפחה איז עס ווי א מסורה, בפרט מיינע עלטערן וועלן עס אנקוקן ממש ווי איך שטעך זיי, און מיר ווילן דאס חס ושלום נישט טון.
מיין ווייב'ס מאמע האט איר יא געזאגט אז אויב ס'איז שווער קענען מיר קומען א שבת נאכדעם אדער א מלוה מלכה וכדומה, אבער ביי מיין משפחה זענען אונז די איינציגסטע וואס דערפרייען דארט די גאנצע שטוב, אן אונז וועט זיין דארט טונקל, די גאנצע פארטי איז אויס.
די סיבות פארוואס מיר טראכטן אפשר יא צו בלייבן אינדערהיים איז אז אונזער זון לערנט שוין ברוך ה' עברי און מיר זענען זייער מקפיד ער זאל זיין אויסגערועט און באצייטנס אין חדר יעדן איינציגן טאג ברוך ה', און מיט'ן פארן נאך א גאנצע טאג ארבעט, און מ'קומט אן האלב שלאפנדיג, הונגעריג, און מען קומט אהיים שפעט, איז סיי שווער פאר'ן קינד און סיי פאר די ערוואקסענע, די גאנצע חנוכה וואך ווערט אן אויסגעמוטשטע מידע וואך.
בקיצור, דאס זיצן מיט די קינדער פרייליך ביי די לעכט אינדערהיים איז כמעט נישט מעגליך, יעדער איז צעפארן פון פארן אהין און אהער און גיין שלאפן שפעט.
מיר זענען גרייט אוועקצוקוקן פון אונזערע באקוועמליכקייטן צו מכבד זיין די עלטערן, מיר ווייסן נאר נישט וואס איז ריכטיג צו טון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת וישלח, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מכבד זיין עלטערן, די הייליגע חכמים זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא: כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'"; דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; די מצוה איז ספעציעל אנדערש פון אלע מצוות וואס (עירובין כב.): "'הַיּוֹם לַעֲשׂוֹתָם', לְמָחָר לְקַבֵּל שְׂכָרָם", ביי אלע מצוות וועט מען באקומען שכר אין עולם הבא, און ביי כיבוד אב ואם באקומט מען אויף די וועלט אויך באצאלט, און דאס קומט צוריק ביי די אייגענע קינדער; אזוי ווי מען פירט זיך מיט די עלטערן - אזוי וועלן זיך די קינדער פירן מיט אים.
בנוגע זיך שלעפן צו חנוכה מסיבות מיט די קליינע קינדער; אויב איז דאס א טירחא, א גאנצע שלעפ - פעלט נישט אויס זיך צו שלעפן צו חנוכה מסיבות, נישט דאס איז כיבוד אב ואם; כיבוד אב ואם איז זיך פירן ערליך און אויפשטעלן א געזונטע ערליכע שטוב. די הייליגע חכמים זאגן (יומא פו.) ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך מיט דרך ארץ - מאכט ער שיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען, מענטשן זאגן: "אַשְׁרֵי אָבִיו, אַשְׁרֵי רַבּוֹ, שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן און וואויל איז פאר זיינע רבי'ס וואס האבן אים געלערנט תורה, אויך מאכט ער כיבוד אב ואם פאר זיינע עלטערן, און אויב חס ושלום פארקערט, זאגן אלע: "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹּא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה.
די גרעסטע כיבוד אב ואם איז - אז מען ציט אויף א שיינע ערליכע שטוב, מען איז מחנך די קינדער אויף יראת שמים און גוטע מידות, און אז עס איז בעסער פאר די חינוך פון די קינדער צו זיין אין שטוב - קען מען בלייבן אין שטוב און מען איז נישט פוגע אין די מצוה פון כיבוד אב ואם, און אז די עלטערן האלטן פאר פארוואס מען קומט נישט און פארוואס מען זעט זיי נישט - דארף מען שיין זאגן אז פאר די קינדער איז בעסער און שענער צו זיין אין שטוב; ווייל די עלטערן האבן פארגעסן וואס מיינט האבן א שטוב מיט קליינע קינדער, וואס מיינט זיך שלעפן צו שמחות, זיך שלעפן שבתים אהער און אהין, די עלטערן קענען נישט פארשטיין די יונגע מאמעס פארוואס מען זעט זיי נישט ביי שמחות, מען זעט זיי נישט ביי מסיבות, זיי רופן און האלטן פאר וכו'. מען דארף געדענקען וואס מיינט כיבוד הורים; מכבד זיין - איז רעדן שיין, רעדן מיט דרך ארץ און ברענגען נחת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.