תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע שיינע שיעורים, ספעציעל די חיזוק פאר פרויען, וואס איז מיר זייער מחזק און העלפט מיר אסאך אין לעבן. איך ווארט יעדע וואך אויף דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה", עס איז ממש מחי' נפשות, איך טרעף דארט ענטפערס אויף פילע פון מיינע שאלות אין לעבן.
ווען מיר עסן שבת ביי מיינע עלטערן, טו איך זיך אן געהעריג, אבער איך טו זיך נישט אן די שייטל, ווייל מיין טאטע איז נישט מסכים אז עס זאל אריינקומען א שייטל ביי אים אין שטוב, זייט מען האט אנגעהויבן צו מאכן דא א גרויסע טומל קעגן שייטלעך, איז ער זייער שטארק קעגן דעם, און דעריבער גיי איך נישט אהין מיט'ן שייטל.
אבער איך האב געזען לעצטנס א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר א פרוי אז ווען מען גייט ארויס זאל מען זיך אנטון נארמאל ווי עס פאסט, ווייל דער מאן וויל זען זיין ווייב שיין אנגעטון. איז מיין שאלה אויב איך זאל יא אהינגיין אנגעטון מיט'ן שייטל און ערשט דארט זיך טוישן צו א סנוד?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכים החודש, כ"ה סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז אייער טאטע וויל נישט איר זאלט קומען צו אים אין שטוב מיט א שייטל איז דאך קלאר וואס איר האט צו טון; מאכט אים א נחת רוח און גייט צו אים אין שטוב ווי אזוי ער וויל.
מען רעדט באופן כללי, ווען מען גייט ארויס פון שטוב איז גוט צו גיין אנגעטון; ווען מען איז שיין אנגעטון ווערט מען מכובד אין דעם מאן'ס אויגן.
ווען איר גייט צו אייערע עלטערן זאלט איר זיי מאכן א נחת רוח; עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי פרייליך מאכן עלטערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.