תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די נארישע טייערע חתונות וואס מענטשען בארגען זיך אן מיט חובות, און איבער די נארישקייט דערפון.
האב איך געוואלט פרעגן, היות איך בין א מלמד, צי איז דא א וועג און צי איז דאס וויכטיג פאר א מלמד איבערצוגעבן פאר זיינע תלמידים ווען זיי זענען נאך יונג אז מען דארף לעבן מיט א חשבון, און דאס גלייכן. וואס לכאורה וועט זיי דאס זיין אסאך גרינגער ווען זיי וועלן אויפוואקסען. אויב יא ביטע שרייבט אן עצה אויף דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער עיקר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער אמונה אינעם אייבערשטן און יראת שמים. דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, די קינדער זאלן אויך וועלן זיין צדיקים; קינדער האבן זייער ליב צו הערן מעשיות, עס פלאקערט אויף זייער הארץ לעבודת הבורא.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווען מען הערט מעשיות פון צדיקים ווערט מען אויפגעפלאמט, מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד, ווייל מען הערט צו וואס די צדיקים האבן זוכה געווען, מען פארשטייט אז זיי האבן אויך געהאט שווערע נסיונות און דאס בייגעקומען - וויל מען אויך ווערן א צדיק; בפרט ווען קינדער הערן זיך איין מעשיות פון צדיקים, ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.
צו יונגע קינדער איז נישט שייך צו רעדן פון די זאכן, אז מען איז א מלמד פאר עלטערע קינדער דארף מען אסאך רעדן צו זיי וואס איז דער תכלית פון לעבן, וואס האט מען פון א טייערע בר מצוה? אלעס איז נאריש, דאס קומט פון די עשירים וואס האבן ווייניג שכל. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד): "כָּל הַנְּגִידִים הַגְּדוֹלִים, כִּמְעַט כֻּלָּם, הֵם מְשֻׁגָּעִים מַמָּשׁ", די גרויסע עשירים זענען אלע אינגאנצן משוגע; זיי מאכן זיך נאריש פאר אביסל כבוד, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מִי שֶׁשִּׂכְלוֹ קָטָן בְּיוֹתֵר, צָרִיךְ לַחֲלֹק לוֹ כָּבוֹד בְּיוֹתֵר", פאר די מענטשן וואס האבן ווייניג שכל דארף מען געבן מער כבוד, "כִּי כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן, הוּא יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", ווייל ווי ווייניגער שכל מען האט, וויל מען מער כבוד; דעריבער מאכן זיי זיך נאריש מיט טייערע שמחות. מען דארף רעדן צו די קינדער פון דעם.
דער עיקר דארף מען אריין לייגן אין די קינדער א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו תורה און מצוות, אכטונג געבן קיינמאל נישט וויי טון א קינד און זיכער נישט קיינמאל פארשעמען. עס ליגט א חיוב אויפ'ן מלמד צו מחנך זיין די קינדער אבער ער האט נישט קיין רשות זיי צו פארשעמען; א מלמד וואס פארשעמט קינדער, א מלמד וואס שלאגט די קינדער - דארף מען לייגן אין חרם. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי מועד קטן ג, א) א מלמד איז געקומען פרעגן דעם הייליגן רבי אחא "וואס דארף איך טון, א דינסט האט מיר געלייגט אין חרם, דארף איך טאקע זיין אין חרם?" פרעגט אים רבי אחא: "פארוואס האט זי דיר געלייגט אין חרם?" זאגט דער מלמד: "ווייל זי האט געזען ווי איך שלאג א קינד מער וויפיל איך האב אים געדארפט שלאגן, האט זי מיר געלייגט אין חרם", האט אים רבי אחא געזאגט: "צָרִיךְ אַתְּ חָשֵׁשׁ עַל נַפְשָׁךְ", יא, דו ביסט אין חרם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים .