תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך זיץ דא אין א שפיטאל מיט מיין ווייב, און איך שפיר אז איך מוז שוין יעצט נעמען די פענע אין די הענט זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.
איידער איך שרייב מיינע ווערטער וויל איך קודם ארויסגעבן מיינע רגשי הלב וואס ליגן שוין לאנג ביי מיר אנגעלייגט אויפ'ן הארצן, איך האב שוין עטליכע מאל גענומען די פענע אין מיין האנט און לא אסתייעא מילתא. ערשטנ'ס דאנק איך דעם באשעפער אז איך האב די זכי' זיך צו לערנען אביסל פון רבי'ן, פון די עצות און הנהגות, נעמען די יסודות פאר'ן לעבן און שטייגן אין עבודת השם. ספעציעל וויל איך דאנקען פאר'ן גוטן שליח - דער ראש ישיבה שליט"א, איך לעב פון די שיעורים, מיין לעבן האט באקומען א תכלית, עס האט מיר געטוישט מיין לעבן - ברוחניות ובגשמיות, אין עניני קדושה און אזוי ווייטער אויף די טעגליכע לעבנ'ס שטייגער, תורה, תפילה, שלום בית, תשובה, מעביר סדרה זיין, מקפיד זיין אויף מנין, הכרת הטוב, רעדן שיין און איידל, מידות טובות, א ריכטיגע בליק אויף די קינדער סיי די אייגענע און סיי פרעמדע, עס איז נישטא די פאסיגע ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן און זיין שליח אויף דעם אלעס.
אויך וויל אביסל ארויסגעבן, אין קורצן, א קליין חלק פון מיינע הרגשים פון מיין זיין דעם פארגאנגענעם ראש השנה צום ערשטן מאל אין אומאן. טינט וועלן זיך ענדיגן און בלעטער וועט נישט זיין גענוג צו קענען ארויסגעבן וואס איך האב געשפירט און מיטגעהאלטן אין די קורצע 72 שעות וואס איך בין דארט געווען, אנגעהויבן מיט די אויפנעמען פון די חברים פון היכל הקודש, איך האב קיינעם כמעט נישט געקענט און מען האט מיר אויפגענומען מיט אזא גוטע געפיל, כאילו מען איז שוין חברים יארן לאנג, דערנאך די סליחות ערב ראש השנה, דאס דאווענען ערב ראש השנה, די שיעורים, אזא דערהויבנקייט, שוין אפגערעדט פון די תפילות ראש השנה אליין, די התעוררות און די ווארעמקייט, די נאנטשאפט צום אייבערשטן, אוי! א שאד אז ס'האט זיך געענדיגט, אזא אנגענעמקייט ביי די סעודות ראש השנה, ווער רעדט נאך פון די שיעורים ראש השנה פארנאכט, פערל ווערטער האבן זיך געגאסן עס איז געווען כמים קרים על נפש עיפה, צו האבן די ריכטיגע בליק אין יום טוב און אין לעבן, הלואי הלואי זאל איך זוכה זיין נאכאמאל איבער א יאר.
וואס איז בכלל מעגליך צו שרייבן אויף די פתיחות הלב און הרהורי תשובה וואס איך האב באקומען ביים ציון און ביי די התבודדות שפעטער. א שטארקע חיזוק איז מיר געווען די הכנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט פאר'ן ארויפגיין צום ציון פארטאגס, אז ס'איז גענוג צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, ווייל ווען נישט וואלט איך שטארק צובראכן געווארן, און מיט די ווערטער האב איך זיך געקענט שטארקן.
אפשר איז נישט שיין פון מיר אז איך האב נישט געשריבן ביז יעצט, אבער ס'איז בעסער שפעט ווי קיינמאל, דעריבער וויל איך יעצט אפגעבן א ישר כח אויף אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט, אויף אלע שיעורים און בריוון, וואס פון דעם נעם איך א שטיק חיות.
נאך איין נקודה וויל איך צולייגן, אז איך האב א מתנה פון הימל אז מיין ווייב שטייט מיט מיר מיט אלע שמועסן און זי הערט אויך צו די שיעורים, אזוי אז מיר זענען זיך מחזק צוזאמען.
און יעצט צו די נקודה וואס איך וויל שרייבן, היינט נאכמיטאג האט מיין ווייב מיר געקלונגען אז עס האט זיך געמאכט אן ערנסטע פראבלעם און מ'מוז שוין אפלאזן אלעס און אריינפארן אין שפיטאל. יישר כח אייבערשטער אויף די כוחות הנפש וואס ווערט אריינגעגאסן אין מיר כסדר, וואס א דאנק דעם האב איך זיך נישט פארלוירן, נאר די ערשטע זאך געדאנקט דעם אייבערשטן אויף ביז אהער און געבעטן אויף ווייטער, אודאי האבן מיר געוויינט צום באשעפער אז אלעס זאל זיין כשורה אבער מיר האבן געפילט אז איינער טראגט אונז און מיר זענען נישט אליין. נישט צופיל צייט האט גענומען און נאך א בדיקה האט מען געזען אז ס'איז דערנאך און זי האט פארלוירן, איך בין געווען זיכער אז איך גיי דארפן טרייסטן מיין ווייב און איך האב נישט געוואסט מיט וואס אנצוהויבן, למעשה האב איך גערעדט מיט איינע פון די געהילפן אין שפיטאל, ווען מיין ווייב איז נאך געווען אין צימער, און איך פרעג איר ווי אזוי מיין ווייב האט עס אנגענומען, ענטפערט זי מיר, "זי איז זייער שטארק, זי האט עס אנגענומען אזוי רואיג", און זי האט צוגעלייגט אז נישטא אסאך אזעלכע וואס זאלן זיין אזוי שטארק.
שפעטער ווען איך טרעף מיין ווייב זאגט זי מיר די ערשטע זאך נאכ'ן דערציילן די נישט גוטע בשורה, "די ערשטע זאך האב איך געזאגט מזמור לתודה". יישר כח אייבערשטער, איך בין גאר געווארן מחוזק, אזא רואיגקייט נאכ'ן זיך פלאגן שווער פאר עטליכע חדשים, און דאס מאל איז עס געווען ספעציעל שווער. מיין מח איז נישט מסוגל צו אויפכאפן די גאנצע הלוך ילך, פון וואו מען האט אזעלכע כוחות הנפש. נאר די כח פון רבי'ן, נאר די שיעורים פון ראש ישיבה, וואס ברענגט אריין אמונה שמחה און הודאה.
איך מיין אז יעדע ווארט מער איז איבעריג. דער באשעפער זאל העלפן מען זאל זיך קענען שטארקן אויף אלע שוועריקייטן און דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען איבערגעבן די תורת אמת פאר די קומענדיגע דור. איך בעט איבער אויב ס'איז נישט געשריבן קלאר, איך האב עס געשריבן דא אין שפיטאל, אן קיין סאך ישוב הדעת.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר דיינע הרגשים פון דעם פארגאנגענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן; מען קען נישט מסביר זיין וואס דאס איז ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן פאר איינעם וואס האט דאס נאכנישט טועם געווען, פון איין זייט - די התעוררות לתשובה, און פון די אנדערע זייט - א שטארקע שמחה.
וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; ער וועט אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו א שטארקע אמונה. דער רבי געבט א קלארע אמונה, מען שפירט זיך שטענדיג ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, מען האט נישט מורא פון קיינעם, מען ווערט נישט פארלוירן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל, ווייל מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס נאר עס זאל זיין גוט, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק, זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה.
זיי זיך מחזק אינאיינעם מיט דיין ווייב, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.