תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
פארגאנגענע וואך האב איך געזען אינעם תלמוד תורה וואו איך בין א מלמד, ווי קינדער פון כתה ב' קריגן זיך, כמעט די גאנצע קלאס האבן זיך גענומען אויף איין קינד און אים געשלאגן מכות רצח, איך בין צוגעגאנגען צו זיי, און דעמאלט זענען אלע אנטלאפן. איך בין געגאנגען רעדן מיט זייער מלמד און אים דערציילט וואס איך האב געזען, האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזאגט פאר די קינדער אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו שלאגן יענעם קינד, ווייל ער שטערט אין קלאס.
איך בין געווארן שאקירט פון דעם ענטפער, איך בין אוועקגעגאנגען פון אים אינמיטן רעדן, און איך בין געגאנגען צום איש החינוך פון די תלמוד תורה און אים דערציילט די מעשה מיט'ן קינד און דער מלמד, האט ער מיר גלייך געפרעגט אויב עס איז דער און דער קינד, האב איך אים געזאגט אז יא, האט ער מיר געזאגט אז פאר דעם קינד קומט זיך צוויי פעטש, נישט קיין חילוק פון וועם, צי פונעם מלמד אדער פון די קינדער, האב איך אים געפרעגט פארוואס, זאגט ער מיר ווייל ער איז א קאכעדיגער צעווילדעוועטער קינד.
האב איך אים געפרעגט אויב איך קען אים פרעגן א קשיא, און דערנאך גיי איך גלייך ארויס פון זיין אפיס, איך האב איך געפרעגט אויב עס וואלט געווען זיין קינד וואס ער וואלט געטון, און איך בין טאקע ארויס.
איך האב זיך דורכגערעדט מיט נאך איינעם אין חדר, און יענער האט גערעדט מיט'ן מנהל דערוועגן, און דער מנהל האט מיר געפרעגט אויב איך וויל לערנען מיט דעם קינד פריוואט, און איך האב אים געזאגט אז איך וועל טראכטן וועגן דעם. וואס דארף איך טון?
איך שפיר ווי איך נעם די אחריות פון די גאנצע תלמוד תורה אויף מיר, איז דאס ריכטיג? עס שוואכט מיר אפ, וואס קען איך אבער טון אז קינדער ווערן ממש גע'הרג'ט אין תלמוד תורה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א שרעק צו הערן וואס דו דערציילסט. איך דערמאן זיך ווען עס האט פאסירט די שרעקליכע אומגליק, ווען מען האט צעשניטן א טייער אומשולדיג אינגל אין בארא פארק, האט מוהרא"ש דעמאלט געגעבן א פייערדיגע הספד, מוהרא"ש האט דערציילט מעשיות ווי מען שלאגט קינדער און מען פארשעמט קינדער, מוהרא"ש האט געשריגן פון זיין הייליג הארץ אז די גזירה איז געקומען צוליב דאס וואס מען טוט מיט קינדער אין חדר, ווי מען שלאגט מיט מכות רצח און מען פארשעמט, איינע פון די מעשיות האט מוהרא"ש דערציילט, וואס א איד האט אים דערציילט, אַ מוֹרָא'דִיגֶע מַעֲשֶׂה וָואס עֶר הָאט אַלֵיין מִיטְגֶעהַאלְטְן. אֵיין נָאכְמִיטָאג גֵייט עֶר אוֹיפְן גַאס אוּן עֶר זֶעט וִוי אַ גְרוֹיסֶע גְרוּפֶּע קִינְדֶער, אַ דְרַייסִיג פֶערְצִיג קִינְדֶער, בַּאגְלֵייטְן אֵיין קִינְד אוּן זֵיי זִינְגֶען אוֹיף אִים: "דוּ בִּיזְט אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל! דוּ בִּיזְט אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל!". דֶער אִיד גֵייט צוּ צוּ זֵיי צוּ זֶען וָואס גֵייט פָאר, זֶעט עֶר וִוי דֶער אִינְגְל הָאט אָנְגֶעטוּן אַ קְרוֹין אוֹיפְן קָאפּ אוּן עֶס שְׁטֵייט דָארְט אוֹיפְגֶעשְׁרִיבְּן "אִיךְ בִּין אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל".
דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעקֶענְט אוֹיסְהַאלְטְן צוּ זֶען וִוי מֶען פַארְשֶׁעמְט אַזוֹי אַ קִינְד, עֶר הָאט פָארְגֶעהַאלְטְן דִי קִינְדֶער פַארְוָואס זֵיי טוּעֶן דָאס, הָאבְּן דִי קִינְדֶער זִיךְ פַארְעֶנְטְפֶערְט אַז זֵיי דַארְפְן דָאס טוּן וַוייל זֵייעֶר רֶבִּי הָאט זֵיי אַזוֹי גֶעהֵייסְן, דֶער מְלַמֵד הָאט גֶעהֵייסְן פַאר דִי קִינְדֶער אַז זֵיי דַארְפְן אַהֵיים בַּאגְלֵייטְן דֶעם קִינְד אוּן זִינְגֶען אוֹיף אִים דִי גַאנְצֶע וֶועג אַז עֶר אִיז אַ שְׁלֶעכְטֶער אִינְגְל. דֶער אִיד הָאט אַרָאפְּגֶענוּמֶען דֶעם קְרוֹין פוּן קִינְד'ס קָאפּ אוּן עֶס אָנְגֶעטוּן אוֹיף זַיין אֵייגְן קָאפּ, אוּן גֶעזָאגְט פַאר דִי קִינְדֶער אַז זֵיי זָאלְן אִים אָנְהוֹיבְּן צוּ בַּאזִינְגֶען אַז עֶר אִיז אַ שְׁלֶעכְט אִינְגְל... דִי קִינְדֶער הָאבְּן זִיךְ גֶעשֶׁעמְט פוּן דֶעם עֶלְטֶערְן אִיד אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעוָואלְט אַוֶועקְלוֹיפְן, דֶער אִיד הָאט זֵיי אָבֶּער נִישְׁט גֶעלָאזְט, עֶר הָאט זֵיי גֶעהֵייסְן אַז זֵיי זָאלְן אִים נָאכְשְׁרֵייעֶן אַזוֹי וִוי זֵיי הָאבְּן נָאכְגֶעשְׁרִיגְן דֶעם אִינְגְל. אוּן וֶוען דִי קִינְדֶער הָאבְּן אִים גֶעזָאגְט אַז זֵיי וִוילְן אִים נִישְׁט פַארְשֶׁעמֶען, הָאט עֶר זֵיי שֵׁיין מַסְבִּיר גֶעוֶוען אַז אַ צְוֵוייטְן אִינְגְל טָאר מֶען אוֹיךְ נִישְׁט פַארְשֶׁעמֶען. אוּן דֶערְוַוייל הָאט דֶער אִיד אַרַיינְגֶעלֵייגְט דֶעם קְרוֹין בַּיי זִיךְ אִין טַאשׁ, אוּן הָאט גֶעפְרֶעגְט דִי קִינְדֶער אִין וֶועלְכֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה זֵיי לֶערְנֶען.
דֶעם קוּמֶענְדִיגְן טָאג אִיז דֶער אִיד אַרִיבֶּערְגֶעגַאנְגֶען צוּ דֶעם תַּלְמוּד תּוֹרָה בַּיי מִיטָאג צַייט, וֶוען דִי מְלַמְדִים פַארְזַאמְלֶען זִיךְ אִינֶעם מְלַמְדִים-צִימֶער, דָארְט הָאט עֶר אַרוֹיסְגֶענוּמֶען דֶעם קְרוֹין פוּן טַאשׁ אוּן גֶעפְרֶעגְט דִי מְלַמְדִים וֶוער פוּן זֵיי הָאט גֶעמַאכְט דֶעם קְרוֹין. אֵיין מְלַמֵד אִיז רוֹיט גֶעוָוארְן אוּן זִיךְ אָנְגֶערוּפְן צוּ דֶעם אִיד אַז עֶר זָאל אַרוֹיסְקוּמֶען אִינְדְרוֹיסְן צוּ רֶעדְן מִיט אִים דֶערְוֶועגְן. דֶער אִיד הָאט אָבֶּער נִישְׁט מַסְכִּים גֶעוֶוען, עֶר הָאט דַוְקָא אִים גֶעוָואלְט פָארְהַאלְטְן אִין פָארְנְט פוּן אַלֶע מְלַמְדִים. דֶער מְלַמֵד הָאט זִיךְ גֶעבֶּעטְן בַּיי אִים: "זַייט מִיר נִישְׁט מְבַזֶה דָא בְּרַבִּים, קוּמְט אַרוֹיס אִינְדְרוֹיסְן אוּן אִיךְ וֶועל רֶעדְן מִיט אַייךְ", הָאט דֶער אִיד אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן אוֹיף אִים: "מֶען טָאר נִישְׁט מְבַזֶה זַיין אַ אִיד בְּרַבִּים?! אוּן דָאס הֵייסְן פַאר אַ גַאנְצֶע קְלַאס קִינְדֶער צוּ גֵיין נָאכְשְׁרֵייעֶן אוּן נָאכְזִינְגֶען אַ אִינְגְל אוּן אִים פַארְשֶׁעמֶען אוֹיפְן גַאס, דָאס אִיז נִישְׁט קַיין פְּרָאבְּלֶעם?! דָאס אִיז דֶער וֶועג וִוי אַזוֹי אַ מְלַמֵד דַארְף לֶערְנֶען מִיט קִינְדֶער?! דוּ וֶועסְט נִישְׁט אַזוֹי שְׁנֶעל פָּטוּר וֶוערְן פוּן מִיר!" אוּן דֶער אִיד הָאט טַאקֶע גֶעמַאכְט אַן אִיבֶּערְקֶערֶענִישׁ דָארְט אִין מוֹסָד, אַז אַזַא זַאךְ זָאל זִיךְ מֶער קֵיינְמָאל נִישְׁט אִיבֶּערְ'חַזְרְ'ן.
ווען מוהרא"ש האט געגעבן דעם הספד איז געווען א פחד אין שול, מען האט קוים געאטעמט, מוהרא"ש האט געשריגן: "יֶעצְט פְרֶעג אִיךְ אַייךְ, אִיז דָאס קִינְד נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן גֶעוָוארְן לֶעבֶּעדִיגֶערְהֵייט? אִיר וֵוייסְט אַז אַ קִינְד וָואס גֵייט דוּרְךְ אַזֶעלְכֶע בּוּשׁוֹת וֶוערְט גֶעשֶׁעדִיגְט אִין מֹחַ פַאר זַיין גַאנְץ לֶעבְּן?"
איינער פון די אינגעלייט, נישט קיין תלמיד, איינער וואס פלעגט קומען אויסהערן חיזוק - האט אריינגעפרעגט: "עס איז טאקע ממש אזוי געפערליך?" און מער האט נישט אויסגעפעלט, מוהרא"ש האט אנגעהויבן דערציילן נאך מעשיות און נאך מעשיות, און נאך יעדע מעשה האט מוהרא"ש זיך אויסגעדרייט צו יענעם גאסט און געפרעגט: "נו זאג מיר עס איז יא געפערליך אדער נישט געפערליך?"
נאך א מעשה האט מוהרא"ש דערציילט פון א אינגל אין חדר, מוהרא"ש האט געזאגט: דֶער טַאטֶע פוּן דֶעם אִינְגְל זִיצְט דָא יֶעצְט בַּיים שִׁיעוּר. דֶער אִינְגְל אִיז נֶעבֶּעךְ גֶעוָוארְן אַ יָתוֹם בַּיי דִי פִינְף יָאר, זַיין מַאמֶע אִיז נִפְטָר גֶעוָוארְן יוּנְגֶערְהֵייט. אֵיין טָאג הָאט מֶען גֶעגֶעבְּן צוּ עֶסְן אֵייעֶר אִין חֵדֶר פַאר מִיטָאג, דָאס קְלֵיין אִינְגְל הָאט שְׁטִילֶערְהֵייט אַרַיינְגֶעלֵייגְט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ, אוּן דֶער מְנַהֵל הָאט דָאס בַּאמֶערְקְט.
מֶער הָאט נִישְׁט אוֹיסְגֶעפֶעלְט, דֶער מְנַהֵל אִיז אַרַיין אִין אַ וִוילְדֶע כַּעַס אַז דֶער אִינְגְל הָאט גֶע'גַנְבְ'ט עֶטְלִיכֶע אֵייעֶר, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁלָאגְן דֶעם קִינְד מַכּוֹת רֶצַח, עֶר הָאט אַזוֹי גֶעפְרַאסְקֶעט אוּן גֶעשְׁלָאגְן, אַז דֶער מְלַמֵד פוּנֶעם אִינְגְל הָאט דָאס שׁוֹין מֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט צוּקוּקְן, הָאט עֶר גֶענוּמֶען דָאס קִינְד אִין דִי זַייט אוּן אִים גֶעפְרֶעגְט פַארְוָואס עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי אֵייעֶר, הָאט דֶער אִינְגְל גֶעזָאגְט אַז עֶר הָאט זִיךְ גֶעשְׁפִּילְט מִיט דִי שְׁנֵיי אוֹיפְ'ן גַאס אוּן עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר קַאלְט, דֶערִיבֶּער הָאט עֶר גֶעוָואלְט אַרַיינְלֵייגְן עֶטְלִיכֶע וַוארִימֶע אֵייעֶר אִין טַאשׁ זִיךְ אָנְצוּאוַוארִימֶען מִיט דֶעם, עֶר הָאט נָאכְדֶעם גֶעוָואלְט צוּרִיקְלֵייגְן דִי אֵייעֶר.
מוהרא"ש האט געפייערט און געשריגן: יֶעצְט לָאמִיר פַארְשְׁטֵיין וָואס אִיז גֶעוֶוען דִי גְרוֹיסֶע עֲבֵירָה פוּן דֶעם אִינְגְל אַז עֶר הָאט גֶעדַארְפְט כַאפְּן דֶערְפַאר אַזֶעלְכֶע גֶע'הַרְגְ'טֶע שְׁלֶעק. קוֹדֶם הָאט עֶר בִּכְלַל נִישְׁט גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, עֶר הָאט זִיךְ נָאר גֶעוָואלְט אָנְוַוארִימֶען דֶערְמִיט פַאר עֶטְלִיכֶע מִינוּט, וָואלְט וֶוען דֶער מְנַהֵל אִים גֶעדַארְפְט קוֹדֶם פְרֶעגְן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אוּן דַאן וָואלְט עֶס שׁוֹין גֶעוֶוען אַן אַנְדֶערֶע מַעֲשֶׂה אִינְגַאנְצְן. צְוֵוייטְנְס, אֲפִילוּ לָאמִיר זָאגְן אַז עֶר הָאט יָא גֶעוָואלְט גַנְבְ'עֶנֶען דִי אֵייעֶר, קוּמְט זִיךְ אִים פַאר דֶעם מַכּוֹת רֶצַח? לֶערְן אִים אוֹיס אוּן זָאג אִים אַז עֶר זָאל דָאס נִישְׁט טוּן נָאכְאַמָאל. אוּן דְרִיטְנְס, אֲפִילוּ אוֹיבּ דֶער מְנַהֵל הַאלְט יָא אַז עֶס קוּמְט זִיךְ אַ שְׁטְרָאף פַאר דֶעם אִינְגְל, אִיז דָאךְ דָא גֶענוּג נָארְמַאלֶע שְׁטְרָאפְן אִים צוּ גֶעבְּן, עֶר קֶען אִים זָאגְן אַז מָארְגְן וֶועט עֶר נִישְׁט קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין שְׁפִּילְן בַּיי מִיטָאג, אָדֶער עֶפֶּעס עֶנְלִיךְ; עֶס קוּמְט זִיךְ זִיכֶער נִישְׁט קַיין שְׁרֶעקְלִיכֶע שְׁלֶעק פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל וָואס הָאט גֶע'גַנְבְ'ט אַפָּאר אֵייעֶר.
מוהרא"ש האט זיך אויסגעדרייט צו דעם גאסט און געפרעגט: "ווילסט הערן נאך א מעשה?" דער עולם איז געזיצן געפרוירן, מען האט זיך נישט גערירט, אלע האבן געוויינט שטילערהייט, מוהרא"ש דערציילט: אַן עֶנְלִיכֶע מַעֲשֶׂה הָאט אִיךְ גֶעהֶערְט פוּן אַ מְלַמֵד פוּן אַן אַנְדֶערֶע תַּלְמוּד תּוֹרָה. דֶערְצֵיילְט עֶר מִיר אַז אֵיין טָאג בַּיי מִיטָאג אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ מְלַמֵד וָואס הָאט גֶעפֶערְלִיךְ גֶעשְׁלָאגְן אַ קִינְד, מַמָשׁ גֶע'הַרְגְ'טֶע קְלֶעפּ פַאר אַ קְלֵיין אִינְגְל. דִי אִיבְּרִיגֶע מְלַמְדִים זֶענֶען גֶעקוּמֶען צוּ לוֹיפְן צוּ זֶען וָואס עֶס הָאט פַּאסִירְט, זָאגְט יֶענֶער מְלַמֵד אַז אַזוֹי וִוי דָארְט אִיז נִישְׁט גֶעוֶוען קַיין הַאנְטוּכֶער אָפְּצוּאוִוישְׁן דִי הֶענְט, נָאר עֶס אִיז גֶעוֶוען דָארְט אַ בְּלָאזֶער וָואס בְּלָאזְט אַרוֹיס הֵייסֶע לוּפְט אוּן מִיט דֶעם טְרוּקְנְט מֶען זִיךְ אָפּ דִי הֶענְט, אִיז גֶעגַאנְגֶען דֶער אִינְגְל אוּן עֶר הָאט גֶעוָואלְט אַרַיינְשְׁטוּפְּן אַן אֵיי אִין דִי מַאשִׁין, אוּן אַזוֹי צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין, אוּן דֶערִיבֶּער קוּמְט זִיךְ אִים גוּטֶע פֶּעטְשׁ.
יֶעצְט אִיז וִוידֶער דִי זֶעלְבֶּע מַעֲשֶׂה, קוֹדֶם פְרֶעג דֶעם קִינְד וָואס עֶר הָאט גֶעוָואלְט טוּן אוּן פַארְוָואס עֶר הָאט דָאס גֶעטוּן, אֵיידֶער דוּ מַאכְסְט אָפּ אַז עֶר הָאט זִיכֶער בְּמֵזִיד גֶעוָואלְט צֶעבְּרֶעכְן דִי מַאשִׁין. דֶערְנָאךְ קוּק טַאקֶע אוֹיבּ דֶער מַאשִׁין אִיז צֶעבְּרָאכְן גֶעוָוארְן. אוּן אֲפִילוּ אוֹיבּ עֶר הָאט טַאקֶע בְּמֵזִיד צֶעבְּרָאכְן דִי מַאשִׁין, אִיז עֶר אוֹיךְ נִישְׁט מְחוּיָב מִיתָה פַאר דֶעם, רֶעד מִיט אִים אוּן לֶערְן אִים אוֹיס אַז מֶען טָאר דָאס נִישְׁט טוּן, אוּן גֵיי בֶּעט פוּן זַיין טַאטְן צוּ בַּאצָאלְן דִי שָׁאדְן.
דֶערְוַוייל גֶעבְּט מֶען אַ קוּק אוֹיפְן מַאשִׁין אוּן מֶען זֶעט אַז עֶס בִּכְלַל נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן, דָאס קִינְד שְׁטֵייט אִין דִי זַייט אוּן וֵויינְט בְּכִיוֹת נוֹרָאוֹת פוּן יִסוּרִים, אוּן וֶוען מֶען פְרֶעגְט אִים וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן, זָאגְט עֶר אַז זַיין אֵיי אִיז פָּשׁוּט אַרָאפְּגֶעפַאלְן אוֹיף דֶער עֶרְד, אִיז עֶר גֶעגַאנְגֶען עֶס אָפְּוַואשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ הָאט עֶר עֶס גֶעוָואלְט אוֹיסְטְרוּקֶענֶען בַּיי דֶעם מַאשִׁין. עֶס הָאט זִיךְ אַרוֹיסְגֶעשְׁטֶעלְט אַז דֶער אִינְגְל הָאט בִּכְלַל נִישְׁט גֶעטוּן, אוּן נִישְׁט גֶעוָואלְט טוּן, קַיין שׁוּם עַוְלָה.
דָאס קִינְד וֶועט אָבֶּער קֵיינְמָאל נִישְׁט פַארְגֶעסְן דִי מַעֲשֶׂה, עֶר וֶועט אֵייבִּיג גֶעדֶענְקֶען דִי שְׁלֶעק וָואס עֶר הָאט גֶעכַאפְּט פַאר אוּמְזִיסְט. דֶער אִינְגְל הָאט נִישְׁט צֶעבְּרָאכְן דֶעם מַאשִׁין, דֶער מְלַמֵד הָאט אָבֶּער יָא צֶעבְּרָאכְן דִי נֶפֶשׁ פוּן דֶעם קִינְד אוּן אִים גֶעמַאכְט פַאר אַ בַּעַל מוּם אוֹיף זַיין גַאנְץ לֶעבְּן.
האסט מיך אזוי צעשוידערט מיט דיין בריוו; ווי קען זיין היינט שנת תשפ"ה, ווען אלע זאגן אז מען שלאגט שוין נישט, היינט זאל א מלמד ענטפערן ווען מען קומט אים זאגן אז די גאנצע כיתה שלאגט א קינד זיך אויסלאכן און זאגן עס קומט אים?! איך וויין, איך דערמאן זיך ווי מוהרא"ש געבט די הספד, מוהרא"ש פרעגט יענעם: "ווילסט הערן נאך א מעשה?" יענער האט שוין נישט געענטפערט, יענער איז שוין געזיצן פארוויינט, מוהרא"ש זאגט: אַן אַנְדֶער אִינְגְל אִיז גֶעוֶוען נֶעבֶּעךְ אַ יָתוֹם פוּן זַיין מַאמֶע, זַיין טַאטֶע הָאט גֶעדַארְפְט שְׁוֶוער אַרְבֶּעטְן צוּ בְּרֶענְגֶען פַּרְנָסָה, שׁוֹין גָאר פְרִי הָאט עֶר גֶעדַארְפְט אַרוֹיסְלוֹיפְן פוּן הוֹיז צוּ דִי אַרְבֶּעט, הָאט עֶר גֶעבֶּעטְן פוּנֶעם גְרֶעסְטְן אִינְגְל אַז עֶר זָאל אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף דִי קְלֶענֶערֶע קִינְדֶער, עֶר זָאל זֵיי אָנְטוּן אוּן זֵיי שִׁיקְן אִין חֵדֶר אוּן אִין שׁוּלֶע. פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גְרִינְגֶע אַרְבֶּעט אֲפִילוּ פַאר עֶלְטֶערְן אוּן זִיכֶער פַאר אַ קִינְד, אוּן בִּיז עֶר הָאט אַלֶעס גֶעעֶנְדִיגְט אִיז גֶעוָוארְן שְׁפֶּעט, אוּן עֶר אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ שָׁעָה שְׁפֶּעט אִין חֵדֶר.
וֶוען עֶר קוּמְט אַרַיין אִין קְלַאס, אִיז דֶער מְלַמֵד אִים מְקַבֵּל פָּנִים מִיט פֶּעטְשׁ אוּן פְרֶעסְק, אוּן שְׁרֵייט אוֹיף אִים: "פַארְוָואס בִּיזְטוּ גֶעקוּמֶען אַזוֹי שְׁפֶּעט?" דֶער אִינְגְל וֵויינְט נֶעבֶּעךְ, עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אַז עֶר אִיז נִישְׁט שׁוּלְדִיג, עֶר הָאט נֶעבֶּעךְ נִישְׁט קַיין מַאמֶע, אוּן עֶר דַארְף טוּן דִי אַרְבֶּעט פוּן אַ מַאמֶע יֶעדְן אִינְדֶערְפְרִי. אוּן דֶער מְלַמֵד שְׁרֵייט וַוייטֶער: "מָארְגְן זָאלְסְטוּ זִיכֶער מַאכְן צוּ זַיין צַייטְלִיךְ אִין חֵדֶר, וַוייל אוֹיבּ נִישְׁט וֶועסְטוּ עֶרְשְׁט כַאפְּן פוּן מַיין שְׁטֶעקְן!"
פַארְשְׁטֵייט זִיךְ אַז צוּמָארְגְנְס הָאט דֶער אִינְגְל וַוייטֶער נִישְׁט גֶעקֶענְט קוּמֶען צַייטְלִיךְ, אוּן עֶר הָאט מוֹרָא גֶעהַאט צוּ זָאגְן אַ וָוארְט פַארְן מְלַמֵד, אוּן אַזוֹי הָאט עֶר גֶעכַאפְּט אוּן גֶעכַאפְּט אָן אוֹיפְהֶער. הֵייסְט דָאס דֶען נִישְׁט צֶעשְׁנִיטְן אַ קִינְד?! קוֹדֶם פְרֶעג זִיךְ נָאךְ אוּן וֶוער גֶעוואוֹיר וָואס דִי מַעֲשֶׂה אִיז, אֶפְשָׁר אִיז דָאס קִינְד בִּכְלַל נִישְׁט שׁוּלְדִיג?
איך בעט דיך זייער זאלסט ווייטער בלייבן אין די חדר, און אז דו זעסט ווי מען צעשניידט קינדער - זאלסטו זיך אננעמען פאר די קינדער, זאלסט נישט מורא האבן - צו זאגן דעם אמת - פון קיינעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.