תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין א מלמד, און איך האב א קינד אין מיין קלאס וואס פרובירט זייער שטארק צו לערנען און מיטהאלטן, אבער עס גייט אים נעבעך נישט; וואס קען איך טון מיט אזא קינד? וויפיל איך פרוביר אים מסביר צו זיין, ווייסט ער בכלל נישט וואס איך וויל פון אים, איך זאג אים איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און ביז ער כאפט שוין ענדליך א זאך, האט ער שוין פארגעסן די פריערדיגע זאכן.
נאך א זאך, איך מאך בחינות אין קלאס, און די קינדער האבן שטארק הנאה דערפון, און א קינד וואס פארשטייט שווער לערן איך מיט אים די שאלה און די תשובה, און ער שרייבט עס אראפ. איך בין מקפיד אז ווען איך צייכן די בחינות זאל קיינער נישט קוקן און נישט קומען צו מיין טיש, נאר דער קינד וועמענ'ס בחינה עס איז מעג מיטהאלטן, און פארגאנגענע וואך האב איך צוגעשריבן א קאמפלימענט אויף די בחינה פון אזא קינד, "ביסט ווערד מיליאנען!!!", און אזוי ווי דאס קינד מוטשעט זיך היבש, האט ער ממש געוויינט פון פרייד און התרגשות, אז דער רבי האט געשריבן אויף אים אזא שיינע קאמפלימענט, ער קען זיך נישט בארואיגן פון דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף די געפילן פון די קינדער, דו געבסט זיי גוטע ווערטער, דו בויסט אויף זייער נפש; דאס איז ביים אייבערשטן אזוי טייער און אזוי דערהויבן.
האב סבלנות צו די קינדער, און אז א קינד פארשטייט נישט - זאלסטו אים נישט פארשעמען, און אז ער וויל פארשטיין - זאלסטו לערנען מיט אים, און אז ער פרעגט נאכאמאל - זאלסטו אים נאכאמאל זאגן; דאס איז אויב דער קינד בעט דיר זאלסט מיט אים לערנען, און אויב דער קינד בעט נישט - זאלסטו אים נישט מוטשען צו פארשטיין, נאר לאז אים זיצן אין כיתה. אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמה, סעיף ט): "אֲפִלּוּ תִּינוֹק שֶׁאֵינוֹ מֵבִין לִקְרוֹת", א קינד וואס פארשטייט נישט, "לֹא יְסַלְּקוּהוּ מִשָּׁם", זאל מען נישט אוועק שיקן, "אֶלָּא יֵשֵׁב עִם הָאֲחֵרִים", מען זאל אים לאזן זיצן מיט די קינדער, "אוּלַי יָבִין", וועט ער פארשטיין.
געב אלע קינדער גוטע ווערטער, זאג יעדן איינעם שטילערהייט: "דו ביסט מיין בעסטער תלמיד", און אויב די קינדער וועלן דיר פרעגן: "דער רבי זאגט עס פאר נאך קינדער..." זאלסטו זיי זאגן: "אמת, איך האב נאר בעסטע תלמידים", און פאר די קינדער וואס האבן נישט קיין שטארקע הבנה, זיי זאלסטו נאך מער מקרב זיין און זיי אויפבויען, דאס וועט זיי געבן כח פאר זייער גאנצע לעבן, זיך צו קענען שלאגן מיט די שווערע ביטערע נסיונות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.