שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי געבט מען זיך אפ מיט א יתום אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, בריוו, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און צום נייעם זמן באקום איך צום ערשטן מאל אלס תלמיד א קינד וואס איז א יתום פון זיין טאטע. ברוך ה' אז איך האב קיינמאל נישט געשפירט וואס דאס מיינט, ממילא איז מיר טאקע אוממעגליך אים צו פארשטיין, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, ווייל חז"ל זאגן כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און די זעלבע אויף פארקערט חס ושלום.


וואס איז מיין חוב זיך איבערצוגעבן פאר אים מער ווי פאר אן אנדערער קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו וויסן, שכרך הרבה מאוד, דיין שכר איז זייער גרויס; אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, בפרט ווען דער מלמד געבט זיך אפ מיט די תלמידים ווי אייגענע קינדער, דעמאלט איז ער נאך מער חשוב אין הימל. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", ווער עס לערנט מיט תלמידים איז דאס אזוי ווי זיינע אייגענע קינדער; און ווי צדיקים טייטשן, אז דאס איז נישט פשט מען געבט דעם מלמד א גוט ווארט, נאר דאס איז אן התחייבות, מען זאגט פאר'ן מלמד 'ווען דו לערנסט מיט תלמידים זאלסטו טראכטן כְּאִילוּ יָלְדוֹ - דאס איז אזוי ווי דו לערנסט מיט דיינע אייגענע קינדער'.


דארפסטו זיין זייער פרייליך און דאנקען דעם אייבערשטן ששמת חלקך מיושבי בית המדרש, אז דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן, מיט הייליגע זאכן; מיט לערנען מיט אידישע קינדער תורה. בפרט אז דו ביסט א הארציגער מלמד, דו זארגסט פאר דיינע תלמידים, דו האסט רחמנות אויף זיי - ביסטו זייער חשוב אין הימל.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר אמאל זייער מחזק געווען און געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעסט אין א געשעפט וואס פארקויפט קליידער? שטעל זיך פאר דו ארבעסט אין אזא געשעפט און עס גייט אריבער די זיבעציג יאר, דו קומסט ארויף אויבן אין הימל און מען פרעגט דיר 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר? זיבעציג יאר האסטו פארקויפט בעקיטשעס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה?'" מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דארפסט דאך זיין זייער פרייליך אז דו וועסט קענען ענטפערן 'זיבעציג יאר האב איך געלערנט מיט אידישע קינדער'".


בנוגע דעם יתום; זאלסט אכטונג געבן אויף אים מער ווי אנדערע קינדער, ווייל יתומים זענען זייער נאנט צום אייבערשטן, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען פאר זיי, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי אויסהערן; דער אייבערשטער - ער איז זייער טאטע, ער נעמט זיך אן פאר זיי, ער איז דער (תהילים סח, ו): "אֲבִי יְתוֹמִים".


ווען עס קומט אויס צו רעדן מיט די קינדער וועגן זייערע עלטערן, צום ביישפיל דו זאגסט די קינדער זיי זאלן לערנען מיט זייער טאטע אדער זאלן מאכן נחת פאר זייער טאטע, זאלסטו שטענדיג געדענקען פון דעם יתום; אים געבן א וועג מיט זיין טאטע עליו השלום, זאלסט באזונדער מאכן אן עסק פונעם יתום, זאלסט אים זאגן: "דיין טאטע איז אין הימל, אין גן עדן נעבן דעם אייבערשטן; ער זעט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער האט נחת פון דיר, ער זארגט פאר דיר".


אויך זאלסטו ארויסנעמען די שרעק פון אים און פון אלע קינדער פון שטארבן; רעד צו די קינדער אז שטארבן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך פאר אידישע קינדער, ביי אידישע קינדער ווען מען שטארבט - גייט מען אין גן עדן, דארט לערנט מען תורה מיט אלע צדיקים און מיט'ן אייבערשטן, אין גן עדן איז דא אלע גוטע זאכן, מען איז זייער נאנט צום אייבערשטן, און נאך אביסל וועלן אלע אויפשטיין תחיית המתים, עס גייט זיין אזוי פרייליך צו זען ווי אלע טאטעס, זיידעס, עלטער זיידעס, עלטער עלטער עלטער זיידעס גייען אויפשטיין תחיית המתים.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט ביז יעצט, בדרך כלל פרוביר איך צו ענטפערן פאר מלמדים שנעלער ווי אנדערע בריוו; עס האט זיך יעצט פארשלעפט צוליב די נסיעה קיין אומאן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.