שאלה אין קורצן ענין
#2 - ווי אזוי געבט מען זיך אפ מיט א יתום אין קלאס?
חינוך הילדים, מלמדים, בריוו, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד, און צום נייעם זמן באקום איך צום ערשטן מאל אלס תלמיד א קינד וואס איז א יתום פון זיין טאטע. ברוך ה' אז איך האב קיינמאל נישט געשפירט וואס דאס מיינט, ממילא איז מיר טאקע אוממעגליך אים צו פארשטיין, איך וויל אבער וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אים, ווייל חז"ל זאגן כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און די זעלבע אויף פארקערט חס ושלום.


וואס איז מיין חוב זיך איבערצוגעבן פאר אים מער ווי פאר אן אנדערער קינד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דארפסטו וויסן, שכרך הרבה מאוד, דיין שכר איז זייער גרויס; אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, בפרט ווען דער מלמד געבט זיך אפ מיט די תלמידים ווי אייגענע קינדער, דעמאלט איז ער נאך מער חשוב אין הימל. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", ווער עס לערנט מיט תלמידים איז דאס אזוי ווי זיינע אייגענע קינדער; און ווי צדיקים טייטשן, אז דאס איז נישט פשט מען געבט דעם מלמד א גוט ווארט, נאר דאס איז אן התחייבות, מען זאגט פאר'ן מלמד 'ווען דו לערנסט מיט תלמידים זאלסטו טראכטן כְּאִילוּ יָלְדוֹ - דאס איז אזוי ווי דו לערנסט מיט דיינע אייגענע קינדער'.


דארפסטו זיין זייער פרייליך און דאנקען דעם אייבערשטן ששמת חלקך מיושבי בית המדרש, אז דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן, מיט הייליגע זאכן; מיט לערנען מיט אידישע קינדער תורה. בפרט אז דו ביסט א הארציגער מלמד, דו זארגסט פאר דיינע תלמידים, דו האסט רחמנות אויף זיי - ביסטו זייער חשוב אין הימל.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר אמאל זייער מחזק געווען און געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעסט אין א געשעפט וואס פארקויפט קליידער? שטעל זיך פאר דו ארבעסט אין אזא געשעפט און עס גייט אריבער די זיבעציג יאר, דו קומסט ארויף אויבן אין הימל און מען פרעגט דיר 'וואס האסטו געטון זיבעציג יאר? זיבעציג יאר האסטו פארקויפט בעקיטשעס? זיבעציג יאר האסטו געשניטן סחורה?'" מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דארפסט דאך זיין זייער פרייליך אז דו וועסט קענען ענטפערן 'זיבעציג יאר האב איך געלערנט מיט אידישע קינדער'".


בנוגע דעם יתום; זאלסט אכטונג געבן אויף אים מער ווי אנדערע קינדער, ווייל יתומים זענען זייער נאנט צום אייבערשטן, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען פאר זיי, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי אויסהערן; דער אייבערשטער - ער איז זייער טאטע, ער נעמט זיך אן פאר זיי, ער איז דער (תהילים סח, ו): "אֲבִי יְתוֹמִים".


ווען עס קומט אויס צו רעדן מיט די קינדער וועגן זייערע עלטערן, צום ביישפיל דו זאגסט די קינדער זיי זאלן לערנען מיט זייער טאטע אדער זאלן מאכן נחת פאר זייער טאטע, זאלסטו שטענדיג געדענקען פון דעם יתום; אים געבן א וועג מיט זיין טאטע עליו השלום, זאלסט באזונדער מאכן אן עסק פונעם יתום, זאלסט אים זאגן: "דיין טאטע איז אין הימל, אין גן עדן נעבן דעם אייבערשטן; ער זעט ווי פלייסיג דו לערנסט, ער האט נחת פון דיר, ער זארגט פאר דיר".


אויך זאלסטו ארויסנעמען די שרעק פון אים און פון אלע קינדער פון שטארבן; רעד צו די קינדער אז שטארבן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך פאר אידישע קינדער, ביי אידישע קינדער ווען מען שטארבט - גייט מען אין גן עדן, דארט לערנט מען תורה מיט אלע צדיקים און מיט'ן אייבערשטן, אין גן עדן איז דא אלע גוטע זאכן, מען איז זייער נאנט צום אייבערשטן, און נאך אביסל וועלן אלע אויפשטיין תחיית המתים, עס גייט זיין אזוי פרייליך צו זען ווי אלע טאטעס, זיידעס, עלטער זיידעס, עלטער עלטער עלטער זיידעס גייען אויפשטיין תחיית המתים.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט ביז יעצט, בדרך כלל פרוביר איך צו ענטפערן פאר מלמדים שנעלער ווי אנדערע בריוו; עס האט זיך יעצט פארשלעפט צוליב די נסיעה קיין אומאן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואס טו איך אז מיין מאן געטרויעט מיר נישט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פחדים, זעלבס זיכערקייט, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע שיעורים וואס איז מיר ממש מחיה. איך הער שוין די שיעורים כמעט א יאר, איך קען נישט גיין שלאפן אן הערן דעם פרישן שיעור, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך האב שוין חתונה געהאט 12 יאר ב"ה, מיט א שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א טייערער מאן וואס העלפט מיר גאר אסאך, טראץ וואס ער איז זייער פארנומען, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך פרוביר דאס מערסטע צו טון מיינע פליכטן אלס ווייב און מאמע, אבער כ'האב א שווערקייט אין אונזער לעבן וואס שטערט מיר זייער. מיין מאן איז געווארן א יתום אלס קינד און איז אריבער א שווער לעבן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף אים אז ער האט נישט קיין צוטרוי צו קיינעם, און ער ליידט פון אסאך פחדים, און דאס מאכט אונז אסאך מאל זייער שווער.


די פארגאנגענע וואך האב איך ווייטער געהאט אזא מעשה, ער קומט אהיים און באפאלט מיר מיט חשדות און זאכן וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט פאקטן, און ווען איך זאג אים אז איך האב נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט, ווערט ער באבלאזן און וויל אפילו נישט ענטפערן, ער זאגט אז ער גלויבט מיר ממילא נישט.


איך בין געווארן זייער צעבראכן פון דעם, דאס האט מיר ממש שוואך געמאכט, און ס'איז מיר זייער שווער אים מוחל צו זיין. אפילו שפעטער ווען מיר האבן זיך שוין אויסגעשמועסט און ער האט געכאפט אז ער האט נישט געטון ריכטיג, ווערט מיך נאכאלץ שלעכט ווען איך זע אים, ס'איז מיר זייער שווער ווען מיין נאנטסטער מענטש גלויבט מיר נישט, און ער האט אזעלכע דמיונות אויף מיר. אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער ווייטאג; עס איז זייער א שווערע געפיל צו לעבן מיט'ן מאן ווען ער האט נישט קיין צוטרוי אין אייך וכו' וכו', וואס נאך דארף דען א פרוי? א פרוי דארף דאך נאר אז איר מאן זאל איר גלייבן און איר געטרויען און ווען א פרוי האט דאס נישט איז איר זייער שווער.


אבער אין אייער פאל איז דאס אביסל אנדערש. איר שרייבט דאך אליין ווי געטריי אייער מאן איז צו אייך, ווי שטארק ער העלפט אייך; ער האט נאר א פראבלעם אז ער ליידט פון פחדים פון ווען ער איז נעבעך געווארן א יתום. אין דעם פאל איז דאס אינגאנצן אנדערש, איר דארפט נישט זיין אנגעווייטאגט אויף אים. דא קומט ענדערש אריין דאס ווארט 'רחמנות', איר דארפט רחמנות האבן אויף אים און אים פארשטיין.


איך וויל אייך פרעגן, וואס טוט איר ווען אייער קינד זאגט אייך: "ביסט נישט א גוטע מאמע!" אדער אייער קינד זאגט אייך: "איך האב דיר נישט ליב!" ווערט איר אנגעווייטאגט אויפ'ן קינד אדער איר פארשטייט אז דאס קינד איז נאך א קינד און ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוברענגען וכו'? אזוי זאלט איר קוקן אויף אייער מאן, ער איז טאקע שוין דערוואקסן און נישט קינדיש, אבער דאס וואס ער איז געווארען יונגערהייט א יתום לא עלינו האט אויסגעקלאפט אויף אים אין א פארעם פון אומזיכערקייט און עס פאסירט וואס פאסירט.


אנשטאט צו זיין אנגעווייטאגט אויף אים זאלט איר אים דן זיין לכף זכות, וועט דער אייבערשטער אייך דן זיין לכף זכות און איר וועט האבן נחת פון אייערע ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.