שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי האלט איך זיך איין פון שלאגן מיין קינד?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כעס, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווער צו שנעל אויפגערעגט פון מיין טאכטער, איך טייל פעטש, און דערנאך שפיר איך זיך אזוי שלעכט און איך וויין. זי דרייט מיר איבער טעלערס, און איך דארף עס אויפרייניגן, און איך ווער אויפגערעגט געב איך איר א פראסק. אדער ווען מען דארף ארויסגיין הייבט זי אן אויסצוטון די שיך בערך פינף מאל. פארוואס שלאג איך? איך קען זיך נישט מוחל זיין.


אויך זאג איך איר אויף אלעס ניין, וואס זי בעט איז ניין, וואס זי כאפט אן איז ניין, און איך האב געהערט דער ראש ישיבה שליט"א זאגן ביי א שיעור אז מען קען נישט זאגן נאר ניין, מען דארף עפעס געבן אנשטאט דעם. וואס דארף מען געבן אנשטאט?


איך וויל בעטן חיזוק אויף חינוך, מחנך צו זיין שיין, אן פעטש, נעבעך אויף מיין טאכטער וואס דרייט זיך ארום מיט צוויי רויטע באקן, און איך וויין ווייל איך האב חרטה.


נאך א זאך, אז איך וויל איר געבן נאר וואסער, און מיין מאן געבט איר זיסע טרינקען, און שפעטער וויל זי מער נישט וואסער. איך האב געבעטן מיין מאן ער זאל איר נישט געבן אבער ס'העלפט נישט, ער זאגט אז אויב ס'איז דא אויפ'ן טיש מעג זי האבן, ווייל זי האט עס שוין געזען, און איך זאג אז אפילו ס'איז דא אויפ'ן טיש דארף זי נישט האבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס דארפט איר וויסן, מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער. צווייטנס, אז מען דארף מחנך זיין די קינדער און מען דארף אמאל געבן א פעטשעלע - איז דאס אויך נישט אויפן פנים, נאר אויף די הענט, און דריטנס, אויך נאר אויב עס איז נישט פון כעס; אויב מען איז בכעס טאר מען נישט געבן אפילו א קליינע פעטשעלע, ווייל ווען מען איז אויפגערעגט קען מען נישט מחנך זיין. חינוך איז נאר ווען מען איז רואיג און געלאסן, מען איז בעל הבית אויף זיך, און אויך קען דאס זיין א סכנה; מען טאר נישט אנרירן א קינד ווען מען איז אין כעס, מען קען שעדיגן חס ושלום דעם קינד.


כעס איז געפערליך, און כעס ביי א פרוי איז נאך ערגער; די גאנצע שטוב גייט צוגרונד. דער רבי זאגט (ספר המידות אות כעס, סימן טו): "כַּעַס שֶׁל אִשָּׁה, מַחֲרִיב אֶת הַבַּיִת", א פרוי וואס רעגט זיך - מאכט חרוב די גאנצע שטוב; די קינדער וואקסן אויף שוטים, דער רבי זאגט (שם, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך געס געבוירט מען קינדער שוטים; כעס איז עבודה זרה.


אז אייער קינד דרייט איבער - איז דאס נישט קיין תירוץ אויף שלאגן, דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן קינדער. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פארן רבי'ן יעדע זאך בפרטי פרטיות פון זיין לעבן און פרעגן צי ער האט גוט געטון אדער נישט, אמאל האט רבי נתן דערציילט פארן רבי'ן: "מיין זון האט נישט געוואלט אריינקומען שבת ביי די סעדה צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט וואס איך האב אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', האב איך אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה", ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


בנוגע וכו'; אייער מאן איז גערעכט, אז עס איז דא זיסע געטראנקען אויפן טיש וואס די עלטערן טרינקען - קען מען נישט קנס'ענען די קינדער זיי זאלן טרינקען וואסער; אז מען וויל צוגעוואוינען די קינדער צו טרינקען געזונט - איז ריכטיג אז די עלטערן זאלן אויך טרינקען געזונט.


ביי די שבת ליכט איז א גוטע צייט צו בעטן פאר די הצלחה פון די קינדער. ווען איר צינדט אן די שבת ליכט - שטייט ביי די ליכט, לייגט ארויף די הענט אויפן פנים און בעטס און וויינט צום אייבערשטן פאר אייערע קינדער, בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, העלף מיר איך זאל זיי מחנך זיין מיט שמחה, איך זאל האבן כח צו זיי, איך זאל נישט ווערן בכעס און איך זאל זיי נישט שלאגן.


הייליגער באשעפער איך ווער אזוי שנעל אויפגערעגט, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך פארליר זיך אויף די קינדער, איך בין איבערגעשטרענגט, איך האב נישט קיין כח, און נאכדעם שלאג איך זיי; העלף מיר איך זאל געדענקען אז שלאגן איז נישט חינוך, איך זאל זיי מחנך זיין אויף די ריכטיגע וועג און זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג".


אזוי זאלט איר בעטן און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, וועט איר זען גרויס נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.