תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך דאנק דעם אייבערשטער אז איך בין א מלמד אין היכל הקודש אין קרית ברסלב, היינט האב איך געהאט זייער א שיינע טאג אין חדר, אנהייב טאג איז נאך געווען שווער, יעצט סוף טאג איז געווען א מחי', ש'כח אייבערשטער.
ס'פילט זיך זייער געשמאק נאך א פילע טאג חדר, איך וואלט געקענט פארשווארצט ווערן, גיי ווייס וואו, און דא זיץ איך מיט קינדער און איך לייג אין זיי אריין יראת שמים, יישר כח פאר'ן מיר געבן די מתנה צו קענען זיין דא א מלמד.
איך האב א קינד אין קלאס וואס איך מוטשע זיך זייער מיט אים, ספעציעל זייט זיין מאמע האט געהאט א קינד, ווען ער איז געווען אביסל ביי א צווייטע משפחה, איז ער איז אהיימגעקומען אינגאנצן אנדערש, ווי שווער ער איז געווען ביז דעמאלט, איז ער יעצט געווארן נאך סאך שווערער, ממש גארנישט געפאלגט, אלעס וואס איך האב געהייסן האט ער געטון פארקערט, זיין טאטע האט מיך אויך געזאגט אז זייט ער איז אהיימגעקומען קען ער נישט האנדלען מיט אים.
די וואך האב איך געוויינט צום מנהל אז איך קען נישט מיט אים, ער מאכט מיך ארויסלויפן פון קלאס, איך קען נישט מער, דער מנהל האט מיר געגעבן אן עצה איך זאל אים מאכן פאר א גבאי; דער קינד קען זייער גוט די עברי זאל איך אים מאכן פאר דער חזן, ער זאל פארזאגן די עברי. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב אים געזעצט ביי מיין טיש און געמאכט פאר גבאי, ער האט פארגעזאגט די עברי, און נעכטן רופט מיך אן זיין טאטע און זאגט מיר אז ער ווייסט נישט וואס ס'איז געשען דא, ער איז אהיימגעקומען א נייע קינד, ער האט דערציילט אז ער איז גבאי אין חדר, ער האט שוין געפאלגט אלעס וואס מ'האט אים געהייסן אינדערהיים. ש'כח אייבערשטער אז מיר האבן אזא מנהל.
יישר כח פאר אלעס
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זייער אסאך גערעדט צו מלמדים, זיי געגעבן זייער אסאך חיזוק, זיי זאלן וויסן דאס חשיבות פון זיין א מלמד, און מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו גיין א גאָס רעגן, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געענטפערט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער, און איך מאך נישט קיין חילוק פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד. איך האב אין שטוב א פיש טאנק, און איך רעד אים צו, אז אויב ער וועט לערנען - וועל איך אים ווייזן די פישעלעך, ביז ער הויבט אן לערנען", דאס איז געווען זיין כח, דעריבער האט מען אים אויסגעהערט זיינע תפילות.
על כל פנים זעט מען פון די מעשה דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס איז משחד די קינדער ביז זיי לערנען און דאווענען, און אז דאס איז די וועג, דאס איז די בעסטע צוגאנג מיט קינדער, זיי גרויסן; זיי מאכן חשוב, און אזוי כאפן זייער הארץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים, זאלסט אריינלייגן אין זיי א ליבשאפט און א טריישאפט צום אייבערשטן.