תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים אין חינוך, איך לערן זיך אסאך פון די שיעורים, און איך האב זייער הנאה דערפון.
מיר וועלן זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז העלפן מיט עטליכע שאלות אין חינוך.
א. אונזער פינף יעריגע טאכטער איז זייער נישט קיין צופרידענע, זי איז נישט פרייליך מיט וואס זי האט, און אלץ האט זי טענות אויף יעדע זאך אז יענער באקומט מער, אלץ מוז מען איר צוגעבן נאך אביסל פון וואס מען טיילט; ווי אזוי קען מען איר אויסלערנען צו זיין פרייליך מיט וואס זי האט?
ב. איך שפיר אז איך האב נישט א גוטע קשר מיט די טאכטער, זי האט אפילו געזאגט אמאל פאר מיין מאן אז מאמי פארשטייט איר נישט, פארשטייט זיך אז דאס מאכט מיר אסאך שולד געפילן, און דאס מאכט אז איך זאל איר לאזן טון אסאך זאכן מער ווי אנדערע.
ג. אויך זאגט זי אסאך ליגנט, ווי אזוי קען איך איר העלפן מיט דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אז עס וועט פארראכטן ווערן די צווייטע פראבלעם - וועט די ערשטע אויך פארראכטן ווערן; קלאפט זיך נישט אז איר זענט נישט א גוטע מאמע, דאס זיך אראפקלאפן איז די ערגסטע זאך, דאס נישט זיין פרייליך און צופרידן - דאס מאכט די קינד זאל נישט זיין צופרידן און נישט זיין רואיג מיט זיך.
קינדער ווערן געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן, און די עלטערן דארפן זיי העלפן דאס אויסארבעטן, יעדער מענטש האט זיינע זאכן וואס דארף ווערן פארראכטן און ווען מען איז יונג איז עס גרינגער אויסצוארבעטן, עלטערן דארפן העלפן די קינדער יונגערהייט אויסארבעטן די מידות.
אז דאס קינד האט טענות פארוואס א צווייטער האט מער וכו', זאגט מען פארן קינד: "עס איז נישט גוט קוקן אויף א צווייטן, מען ווערט נישט פרייליך און צופרידן דורכדעם וואס דער צווייטער האט יא אדער נישט", מען רעדט צום קינד פון קוקן אויף די גוטס, פון דאנקען אויף וואס מען האט יא.
אויך דארפן עלטערן אסאך בעטן פאר די קינדער, מען דארף בעטן פאר יעדן קינד באזונדער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד, "וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", ער האט געהאט צען קינדער - זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל, וּמִשְׁתַּטֵּחַ, וּמִתְחַנֵּן, וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים, וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם, לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּך נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אינעם בית המקדש, דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אין בית המקדש.
דער עיקר זאלט איר פרובירן מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל מען קען נאר מצליח זיין מיט קינדער אויב מען איז פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", דער וואס איז שטענדיג פרייליך איז שטענדיג מצליח; קינדער האבן ליב א פרייליכע שטוב, א פרייליכע מאמע, א פרייליכע מצב; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג צו זיין פרייליך.
דא האט איר א תפילה צו זאגן יעדן טאג:
רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיר אייבערשטער, נעם אוועק פון מיר מיין עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט השגחה פרטית, איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפע'נען און נישט פון קיינעם מורא האבן; בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.