שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי לערנט מען אויס קינדער צו שפילן נאר איידל?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קדושה, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי לערנט מען אויס פאר א דריי יעריג קינד זיך אכטונג צו געבן פון מענטשן?


די מעשה איז אזוי, מיין אינגל איז דריי יאר אלט, און ער האט א פעטער א אינגל פון עלף יאר אלט, און ווען זיי טרעפן זיך צוזאם וועט דער פעטער אלץ שפילן מיט אים דורכ'ן אנכאפן, אויפהויבן, און דאס גלייכן.


לעצטע וואך שבת האב איך זיך ממש אויפגערעגט, איך האב זיך פשוט דערשראקן ווי אזוי ער כאפט אים ארום, און איך האב אוועקגענומען מיין קינד, און דער פעטער האט זיך זייער פארשעמט, אבער פון דעמאלט ביז מוצאי שבת האט ער די גאנצע צייט נאר פרובירט אים אריינצושלעפן אין זייטיגע צימערן וואו איך זע נישט, אדער פארשפארן די טיר, און פארשטייט זיך אז בין געווארן זייער אנגעצויגן פון דעם, און געמוזט זיין פארנומען די גאנצע צייט צו קוקן און אכטונג געבן.


איך ווייס אז ער איז נאר עלף יאר אלט, אבער מיינט דאס שוין אז ער מעג שפילן נישט איידל מיט מיין קינד? וואס א חילוק ווי אלט ער איז?


איך וויל נישט אנשרעקן מיין קינד, איך וויל נישט ער זאל אויך ווערן אנגעצויגן, איך וויל נישט אז ער זאל מיר מורא האבן צו דערציילן, וואס קען איך טון?


איינמאל האב איך זיך אונטערגעהערט ווי זיי רעדן אין אן אנדערע צימער, איך האב געהערט ווי דער פעטער זאגט אים אז אויב וועט ער שפילן מיט אים און אים ארומנעמען וועט ער באקומען א קענדי. איך בין גלייך אריינגעשפרינגען און געזאגט פאר מיין קינד אז מיר האבן אויך קענדיס, און ער דארף אים נישט ארומנעמען צו באקומען א קענדי, אבער איך שפיר אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט דעם.


אפשר דארף איך רעדן צו זיינע עלטערן וועגן דעם? אפשר זענען די קינדער נאך צו יונג און עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם? אפשר איז מיין שרעק סתם איבערגעטריבן? איך ווייס אליין נישט, און איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר אויסקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


רעדט צו דעם אינגל ער זאל זיך שפילן איידל, אז מען רעדט - פועל'ט מען, און אז עס פעלט אויס - רעדט מען נאכאמאל; זאגט אים שיינערהייט אז מען דארף זיך שפילן איידל, און אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען שפילט זיך איידל, ביז איר וועט פועל'ן.


מאכט נישט קיין פאניק און מאכט נישט קיין שרעק, און אז מען דארף אוועק נעמען די קינד פון זיך שפילן אומאיידל - זאל דאס זיין מיט חכמה, רואיג און געלאסן, דורך מאכן א שפיל אינאיינעם וואס איז איידל, שפילט אויך מיט ווען די קינדער שפילן, נישט שלעפן אדער דערשרעקן, וואס דאס איז אויך נישט גוט.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן הייליג און ריין. נאר תפילה איז די עצה, מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך וואס וועלן אויסוואקן הייליג און ריין, רבונו של עולם נעם אן מיינע תפילות, געב מיר קינדער וואס וועלן זיין אפגעהיטן פון עבירות, קינדער וואס וועלן זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.