תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, ובפרט פאר די שיעורים וואס דער ראש ישיבה רעדט צו פרישע מקורבים אז זיי זאלן נישט שלעפן די ווייב צום רבי'ן מיט געוואלד, נאר מ'זאל האבן סבלנות צו ארבעטן שטייטערהייט, דאס האט מיר געגעבן זייער אסאך חיזוק, איך האב עס איבערגעהערט עטליכע מאל, ווייל איך בין א פרישער מקורב, און איך וויל זייער שטארק אז מיין ווייב זאל אויך מקורב ווערן, און איך זע אליין אז עס גייט נישט מיט געוואלד.
איך האב געוואלט בעטן דעם ראש ישיבה אויב ער קען מער רעדן אדער שרייבן פון דעם, ווייל איך שטעל זיך פאר אז אסאך פרישע מקורבים האבן דעם זעלבן פראבלעם, ווייל ווען מ'ווערט געוואויר פון הייליגן רבי'ן, שפירט מען אזא זיסקייט ממש א גן עדן, און מען באקומט אזא ברען און פלאקער און מען וויל אז די ווייב און קינדער זאלן אויך אויסהערן די שיעורים און לעבן מיט די עצות, אבער עס גייט נישט אזוי שנעל און גרינג, און מען ווערט דערפון זייער צובראכן.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז מען וויל אריין ברענגען אין שטוב דעם רבי'ן, אז די ווייב זאל אויך האבן א געפיל אין רבי'ן - דארף מען דאס טון מיט גרויס חכמה. מען קען דאס נישט טון מיט געוואלד; אז מען גייט מיט כח פאסירט נאר דאס פארקערטע, עס ווערט אן אומאנגענעמליכקייט אין שטוב.
דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך אליינס, מען זאל לעבן מיט די עצות; דעמאלט וועלן אלע מקורב ווערן, אלע וועלן זאגן: "קוקט ווי שיין א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף", דאס וועט ברענגען אז אלע זאלן וועלן ווערן ברסלב'ער חסידים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ", זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
עס איז א טעות פון אינגעלייט - פרישע מקורבים אז גלייך ווען זיי ווערן מקורב גייען זיי מיט כח צו די ווייב איר צו שלעפן צום רבי'ן; קוים וואס זיי זענען מקורב, זיי אליינס האבן נאך א שיינע וועג צו גיין - ווילן זיי שוין אז די ווייב זאל קומען צום רבי'ן. פון דעם ווערט אסאך מחלוקת און שטיבער צעפאלן, דער ריכטיגער וועג איז, מען זאל אריין נעמען דעם רבי'ן אין זיך, מען זאל אנהייבן לעבן מיט די עצות, דעמאלט זעט די ווייב ווי שיין ער פירט זיך און ווי שיין ער לעבט - דאן קומט זי אליינס, זי ווערט נאכגעשלעפט נאך אים.
מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך עס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:): "בלאזן שופר איז א חכמה - נישט קיין מלאכה", עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש, דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליינס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.