תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב ברוך ה' זייער פיין חתונה געהאט, מיט א וואוילע און ערליכע ווייב, אבער זי איז זייער שטארק געשלאגן אין פוילקייט, אויף עפעס א נישט נארמאלן אופן. איך קום פון זייער א זויבערע און צוזאמגענומענע שטוב, און עס שטערט מיך זייער שטארק ווי ווייט פארקערט זי איז פון דעם.
שוין זייט מיין חתונה בין איך דער וואס רוימט אויף די הויז יעדע וואך, ווייל אויב נישט וועט עס נישט ווערן אויפגערוימט. איך וואש די געשיר ווייל אויב נישט וועט עס בלייבן שמוציג אין די קראן פאר עטליכע טעג. איך גרייט אן עסן אין שטוב, ווייל אויב נישט וועט עס קיינער נישט צוגרייטן. אויסער דאס וואשן וואש, טוט מיין ווייב כמעט גארנישט אינדערהיים.
איך האב שוין פרובירט אסאך מאל איר צו געבן גוטע ווערטער אויף וואס זי טוט יא, איך זאג איר א גאנצן צייט אז זי איז גוט און אז איך בין זייער צופרידן מיט איר, און אז עס שטערט מיר בכלל נישט ווי אזוי זי פירט זיך אויף, אבער באמת שטערט עס מיך יא זייער שטארק.
אויסער דעם וואס מיין ווייב האט ליב אריינצוציען די נאכט ביז אין די גאר שפעטע שעות און אויפשטיין ערשט איינסע אדער צוויי אזייגער נאכמיטאג, און עס שטערט מיך די פארדרייטע סדר היום.
איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן ווי פריער.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דאס לעבן איז א שווערע זאך, עס איז בכלל נישט גרינג, מען קען זיך אבער גרינג מאכן אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען גלייבט אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן; די ווייב, די קינדער - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, און אז מען האט אסאך סבלנות - קען מען זען שיינע זאכן.
מיט געדולד און ליבשאפט קענסטו איר אויפבויען אז זי זאל טון די שטוב ארבעט. עס לוינט זיך צו האבן סבלנות, צו קוקן גוט און איר אויפבויען. עס איז אפשר א לענגערע וועג, אבער עס איז פון די אנדערע זייט א גרינגערע וועג ווי צו נעמען די קורצע וועג און טראכטן פון זיך גט'ן, און נאכדעם דארפן אריבערגיין די לאנגע ביטערע וועג.
יעדער איינער מוטשעט זיך אין לעבן, נישטא איינער וואס ביי אים איז דאס לעבן גוט און גרינג, יעדער איינער מוטשעט זיך; נאר דער וואס אנטלויפט צום אייבערשטן און צו די תורה - דער לעבט א גוט לעבן.
דעריבער ליבער ברודער, זיי פרייליך, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט חתונה געהאט און זוך גוטס אין דיין ווייב. בוי איר אויף, שטארק איר, זאג איר אסאך גוטע ווערטער. פאר יעדע מאל וואס זי האט געהערט אלס קינד די שלעכטע ווערטער: "ביסט גארנישט ווערד", "פון דיר וועט גארנישט זיין", "טויגסט אויף גארנישט" - זאלסטו איר זאגן טויזנטער מאל: "ביסט יא", "פון דיר וועט נאך זיין שיינע זאכן", "ביסט אזוי גוט און אזוי וואויל" - אזוי וועט זי ווערן אויפגעבויט.
שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן זי זאל האבן חן אין דיינע אויגן און דו זאלסט נושא חן זיין ביי איר, עס זאל זיין שלום צווישן אייך; אזוי וועט די שכינה רוען צווישן אייך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.